And When the Forest Turns Green

Dovid Kenigsberg

And when the forest turns bright and green,
and the sun climbs to mid-sky,
all the woodcutters will abide
and see the blooming of every tree.

They will wipe the sweat of hard exertion
from their brows, clasp their hands,
and cry with joy: How beautiful it is!
Sixhundredthousand strong and loyal sons.

And when the hour of freedom appears,
a new star will be seen in the sky.
Quiet footsteps will begin to sound
throughout the land abandoned by the foe,
and a voice will call out:
Woodcutter, rider—is everyone here?
And all will be standing faithfully at their posts.

Translated by Miri Koral


און װען דער װאלד װעט זײן

דוד קעניגסבערג

און װען דער װאַלד װעט זײן שױן העל און גרין,
דאַן װעט די זון אין מיטן הימל גײן,
דאַן װעלן אַלע העקער בלײבן שטײן,
און װעלן זען: אַלע בײמער בלי’ן.

זײ װעלן זיך דעם שװײס פון שװערע מי’ן
פון שטערן װישן, און מיט פרײדגעװײן
די הענט זיך דריקן: אָ װי דאָס איז שײן!
זעקסהונדערטטױזנט שטאַרקע, טרײע זין.

און אױב ס’װעט אָנקומען די פרידנס־שעה
װעט אױף דעם הימל שטײן א נײער שטערן.
דאַן װעלן שטילע טריט זיך לאָזן הערן.
ס’װעט גײן אַ קול אין לאַנד, דעם פײנט־פאַרלאָזטן:
אַ העקער, ריטער, זענט איר אַלע דאָ? —
און אלע װעלן שטײן אױף זײער פּאָסטן.


און װען דער װאַלד װעט זײַן

דוד קעניגסבערג

און װען דער װאַלד װעט זײַן שױן העל און גרין,
דאַן װעט די זון אין מיטן הימל גײן,
דאַן װעלן אַלע העקער בלײַבן שטײן,
און װעלן זען: אַלע בײמער בלי’ן.

זײ װעלן זיך דעם שװײס פֿון שװערע מי’ן
פֿון שטערן װישן, און מיט פֿרײדגעװײן
די הענט זיך דריקן: אָ װי דאָס איז שײן!
זעקסהונדערטטױזנט שטאַרקע, טרײַע זין.

און אױב ס’װעט אָנקומען די פֿרידנס־שעה
װעט אױף דעם הימל שטײן אַ נײַער שטערן.
דאַן װעלן שטילע טריט זיך לאָזן הערן.
ס’װעט גײן אַ קול אין לאַנד, דעם פֿײַנט־פֿאַרלאָזטן:
אַ העקער, ריטער, זענט איר אַלע דאָ? —
און אַלע װעלן שטײן אױף זײער פּאָסטן.