Capped and wrapped in a blanket of white,
the gray boulder—a silent giant—sleeps.
Below him, hushed and slender streams murmur,
while along his back tread my feet.
I clamber over him and hear distant echoes
rumbling through the solitude of the woods.
Birds chatter, and branches answer,
but the boulder remains petrified and cold.
The day moves silently in soft slippers,
stirred only by the beat of a crow’s wings.
Thin strands of silver settle on my brows;
my face stays young, though my brows have grayed.
The silver takes hold in my burning eyes,
and warm drops fall, tear after tear.
With them, the silent moments drain away,
and the clear white earth smiles wearily.
I study the boulder closely: his chest,
like parchment, is inscribed with etched names.
The names endure like personal legends,
as fresh as if they had just taken place.
My eyes perceive the valley in its entirety;
I see every speck, every trace.
Yet my own heart lies beyond my reach,
rolling away from me toward some distant place.
The boulder stays silent, white and dead,
but in my imagination, the distance speaks.
Its voice rushes like trains along the tracks,
drawing nearer from villages and cities.
I recognize the speech of people and houses
as it comes close and gathers around me.
I’m no longer alone: echoes swell into cacophony,
as though the woods themselves were roaring.
Now my heart, too, has found its voice;
it coos, it cries—a hungry dove:
How can this giant, this mighty boulder, remain silent
while a world is dying in blood and plunder?
Yet the boulder does not stir; he dozes on,
sinking deeper into soft winter-sleep.
And so the dwarfs revel and devise
the harshest punishment for us dwarf-minded fools…
Skole, January 1938
Translated by Miri Koral
דער שװײגנדיקער פעלדז
יעקב שודריך
צוגעדעקט און אײנגעהילט מיט אַ װײסער קאָלדרע
שלאָפט דער גרױער פעלדז, דער שטומער ריז.
אונטער אים עס מורמלען שטילע, שמאָלע קװאַלן
און אױף זײן רוקן שפּאַנען מײנע פיס.
גײ איך דאָ אַרום אױף אים און הער — עס רױשן
װײטע עכאָס אין דער אײנזאַמקײט פון װאַלד.
ס’רײדן צװישן זיך די פײגל און די צװײגן,
נאָר דער פעלז פאַרגליװערט איז און קאַלט.
דער טאָג גײט שטיל אַרום אין װײכע לאַטשען.
גיט זיך בלױז אַ װאַקל דורך די פליגל פון אַ קראָ.
אױף מײנע ברעמען פאַלן דינע פּאַסן זילבער,
בלײבט מײן פּנים יונג, נאָר די ברעמען — גראָ.
אין מײנע הײסע אױגן װערט דאָס זילבער אױפגעגאַנגען,
רינען װאַרעמע טראָפּנס טרער נאָך טרער.
מיט די טרערן רינען אָפּ די שװײגנדיקע רגעס
און עס שמײכלט מיד די װײסע, קלאָרע ערד.
קוק איך אױפן פעלדז: זײן ברוסט, װי פּאַרמעט
פול פאַרשריבן איז, מיט נעמען אױסגעקריצט.
פאַרבליבן זײנען נעמען, װי מענטשלעכע לעגענדעס
אַזױ פריש, װי ערשט געשען זײ װאָלטן איצט.
דעם גאַנצן טאָל איך נעם אַרום מיט מײנע אױגן,
איך זע אַ יעדעס פּינטעלע, אַ יעדן פלעק.
נאָר מײן אײגן האַרץ איך קאָן נישט אַרומנעמען
װײל ס’קױלערט זיך פון מיר אין װײטקײטן אַװעק.
דער פעלדז ער שװײגט א װײסער און אַ טױטער,
נאָר די װײטקײט, דוכט זיך צו מיר רעדט.
עס רױשט איר שפּראַך, װי באַנען אױף די שינעס,
דערנענטערט זיך פון דערפער און פון שטעט.
כ’דערקען די שפּראַך פון מענטשן און פון הײזער,
זי קומט צו מיר און רינגלט מיך אַרום.
כ’בין נישט אײנזאַם שױן, אַ הילכן, אַ געפּילדער,
װי ס’װאָלט דער װאַלד צעװאָיעט זיך, צעברומט.
האָט איצט מײן האַרץ באַקומען אױך שױן לשון,
עס װאַרקעט, ברומט! אַ הונגעריקע טױב:
— װי קאָן דער ריז, דער פעלדז דער קרעפטיקער שװײגן,
װען ס’גײט אָפּ אַ װעלט אין בלוט און רױב?
נאָר דער פעלדז — ער װיגט זיך נישט, ער דרימלט,
גראָבט אײן זיך טיפער אין װײכן װינטער־שלאָף.
דערפאַר עס הוליען קאַרליקעס און ס’טראַכטן צו
פאַר אונדז די קאַרליק־קעפּ די האַרבסטע שטראָף…
סקאָלע, יאַנואַר 1938
דער שװײַגנדיקער פֿעלדז
יעקבֿ שודריך
צוגעדעקט און אײַנגעהילט מיט אַ װײַסער קאָלדרע
שלאָפֿט דער גרױער פֿעלדז, דער שטומער ריז.
אונטער אים עס מורמלען שטילע, שמאָלע קװאַלן
און אױף זײַן רוקן שפּאַנען מײַנע פיס.
גײ איך דאָ אַרום אױף אים און הער — עס רױשן
װײַטע עכאָס אין דער אײַנזאַמקײט פֿון װאַלד.
ס’רײדן צװישן זיך די פֿײגל און די צװײַגן,
נאָר דער פֿעלז פֿאַרגליװערט איז און קאַלט.
דער טאָג גײט שטיל אַרום אין װײכע לאַטשען.
גיט זיך בלױז אַ װאַקל דורך די פֿליגל פֿון אַ קראָ.
אױף מײַנע ברעמען פֿאַלן דינע פּאַסן זילבער,
בלײַבט מײַן פּנים יונג, נאָר די ברעמען — גראָ.
אין מײַנע הײסע אױגן װערט דאָס זילבער אױפֿגעגאַנגען,
רינען װאַרעמע טראָפּנס טרער נאָך טרער.
מיט די טרערן רינען אָפּ די שװײַגנדיקע רגעס
און עס שמײכלט מיד די װײַסע, קלאָרע ערד.
קוק איך אױפֿן פֿעלדז: זײַן ברוסט, װי פּאַרמעט
פֿול פֿאַרשריבן איז, מיט נעמען אױסגעקריצט.
פֿאַרבליבן זײַנען נעמען, װי מענטשלעכע לעגענדעס
אַזױ פֿריש, װי ערשט געשען זײ װאָלטן איצט.
דעם גאַנצן טאָל איך נעם אַרום מיט מײַנע אױגן,
איך זע אַ יעדעס פּינטעלע, אַ יעדן פֿלעק.
נאָר מײַן אײגן האַרץ איך קאָן נישט אַרומנעמען
װײַל ס’קױלערט זיך פֿון מיר אין װײַטקײטן אַװעק.
דער פֿעלדז ער שװײַגט אַ װײַסער און אַ טױטער,
נאָר די װײַטקײט, דוכט זיך צו מיר רעדט.
עס רױשט איר שפּראַך, װי באַנען אױף די שינעס,
דערנענטערט זיך פֿון דערפֿער און פֿון שטעט.
כ’דערקען די שפּראַך פֿון מענטשן און פֿון הײַזער,
זי קומט צו מיר און רינגלט מיך אַרום.
כ’בין נישט אײַנזאַם שױן, אַ הילכן, אַ געפּילדער,
װי ס’װאָלט דער װאַלד צעװאָיעט זיך, צעברומט.
האָט איצט מײַן האַרץ באַקומען אױך שױן לשון,
עס װאַרקעט, ברומט! אַ הונגעריקע טױב:
— װי קאָן דער ריז, דער פֿעלדז דער קרעפֿטיקער שװײַגן,
װען ס’גײט אָפּ אַ װעלט אין בלוט און רױב?
נאָר דער פֿעלדז — ער װיגט זיך נישט, ער דרימלט,
גראָבט אײַן זיך טיפֿער אין װײכן װינטער־שלאָף.
דערפֿאַר עס הוליען קאַרליקעס און ס’טראַכטן צו
פֿאַר אונדז די קאַרליק־קעפּ די האַרבסטע שטראָף…
סקאָלע, יאַנואַר 1938