Dovid Kenigsberg
Let the ring of every bell fall silent;
we’ve pondered freedom long enough!
The sound has come to drive away the night:
the shofar’s call, boldly awakening our might.
Suddenly, it’s light: the woodcutter arrives.
With mighty strokes, he cuts and saws,
clearing what’s slack and frail from our woods:
falsehood and lies.
Then the young, too, shall fall;
those already corrupted must fall.
A song of flowering supplants the axe’s ring
as our garden blooms and our hearts sing.
The axe will strike and will not cease,
blade undulled till the work is complete.
Translated by Miri Koral
זאל װערן שטיל דער קלאַנג
דוד קעניגסבערג
זאָל װערן שטיל דער קלאַנג פון אַלע גלעקער,
פון פרידגעדאַנקען שױן גענוג געטראַכט!
סע קומט דאָס קול, װאָס טרײבט אַװעק די נאַכט,
דער שופר־קלאַנג, דער שטאַרקער קראַפט־דערװעקער
און העל װערט פּלוצים, קומט צו גײן דער העקער,
דער העקער קומט צוגײן און האַקט מיט מאַכט,
און שנײדט און זעגט, װאָס פױל און אָפּגעשװאַכט
אין אונדזער װאַלד: די פאַלשקײט און דעם שקר.
דאַן װעלן פאַלן יונגע אױך, די יונגע,
װאָס זײנען שױן פאַרדאָרבן, מוזן פאַלן.
אַ ליד פון בלי’ן גײט, װי די האַק װעט שאַלן,
װײל אונדזער גאָרטן בלײבט, האָט הערצער גרינגע!
די האַק װעט האַקן און װעט נישט אױפהערן
און ביז צום סוף װעט זי נישט שטומפּיק װערן.
זאָל װערן שטיל דער קלאַנג
דוד קעניגסבערג
זאָל װערן שטיל דער קלאַנג פֿון אַלע גלעקער,
פֿון פֿרידגעדאַנקען שױן גענוּג געטראַכט!
סע קוּמט דאָס קול, װאָס טרײַבט אַװעק די נאַכט,
דער שופר־קלאַנג, דער שטאַרקער קראַפֿט־דערװעקער
און העל װערט פּלוּצים, קוּמט צו גײן דער העקער,
דער העקער קוּמט צוגײן און האַקט מיט מאַכט,
און שנײַדט און זעגט, װאָס פֿױל און אָפּגעשװאַכט
אין אוּנדזער װאַלד: די פֿאַלשקײט און דעם שקר.
דאַן װעלן פֿאַלן יוּנגע אױך, די יוּנגע,
װאָס זײַנען שױן פֿאַרדאָרבן, מוּזן פֿאַלן.
אַ ליד פֿון בליִ’ן גײט, װי די האַק װעט שאַלן,
װײַל אוּנדזער גאָרטן בלײַבט, האָט הערצער גרינגע!
די האַק װעט האַקן און װעט נישט אױפֿהערן
און ביז צום סוף װעט זי נישט שטוּמפּיק װערן.