The Greatest Day In My Life

Y L Kohn

The greatest day of my life was when
disheveled, on the city’s streets of stone,
I first marched with legions in ordered rows,
light of foot and firm of step.

Joy unfurled; my heart flung open,
and the blood in my veins ran wild.
There in the ranks, uplifted and free,
I felt part of the might of millions.

In the rhythm of song, in every note
of “Red Flag,” “Barricades,”
and “Internationale,”
I felt the duty to answer every call —
at any time, ready for it all.

Translated by Miri Koral


דער גרעסטער טאָג אין מיין לעבן

י. ל. קאָהן

דער גרעסטער טאָג אין מײן לעבן איז דעמלט געװען,
װען אױף גאַסן צעכראַסטעט, אױף שטײנער פון שטאָט —
צום ערשטן מאָל כ’האָב אין רײען פון מחנות מארשירט,
מיט לײכטקײט אין גאַנג, מיט פעסטקײט אין טראָט.

און פרײד האָט געשפּאַרט זיך, דאָס האַרץ מיר צעפּראַלט,
און ס’בלוט אין די אָדערן האָט הײס זיך צעשפּילט,
און כ’האָב זיך אין רײען, באגײסטערט און פרײ,
אַלס טײל אינעם כוח פון מיליאָנען דערפילט…

און אין ריטם פון געזאַנג און אין יעדן קלאַנג
פון „רױטע פאָן“, „באַריקאַדן“, „אינטערנאַציאָנאַל“ —
דערפילט כ’האָב א פליכט, צו יעטװעדער צײט,
אױף יעדן רוף צו זײן, גרײט אין יעדן פאַל…


דער גרעסטער טאָג אין מײַן לעבן

י. ל. קאָהן

דער גרעסטער טאָג אין מײַן לעבן איז דעמלט געװען,
װען אױף גאַסן צעכראַסטעט, אױף שטײנער פֿון שטאָט —
צום ערשטן מאָל כ’האָב אין רײען פֿון מחנות מאַרשירט,
מיט לײַכטקײט אין גאַנג, מיט פֿעסטקײט אין טראָט.

און פֿרײד האָט געשפּאַרט זיך, דאָס האַרץ מיר צעפּראַלט,
און ס’בלוט אין די אָדערן האָט הײס זיך צעשפּילט,
און כ’האָב זיך אין רײען, באַגײַסטערט און פֿרײַ,
אַלס טײל אינעם כּוח פֿון מיליאָנען דערפֿילט…

און אין ריטם פֿון געזאַנג און אין יעדן קלאַנג
פֿון „רױטע פֿאָן“, „באַריקאַדן“, „אינטערנאַציאָנאַל“ —
דערפֿילט כ’האָב אַ פֿליכט, צו יעטװעדער צײַט,
אױף יעדן רוף צו זײַן, גרײט אין יעדן פֿאַל…