Sh. Zhirman
We march with abandoned joy
into the newborn dawn.
Happy holiday, Moscow!
Bialystok sends its regards!
And this way, bathed in happiness,
clothed in a crimson glow,
may our land rise up in a song
of vital creation and purpose.
Happy holiday, world!
Happy holiday, world!
October appears, mighty as the sun,
embracing everything,
embracing everyone.
Hey, world—a Stalin greeting to you!
On this joyful October day,
Moscow sends its greetings!
Bialystok sends its greetings!
Translated by Miri Koral
אָקטאָבער
ש. זשירמאַן
מאַרשירן מיר מיט אױפגעפּראַלטן גליק
אין ערשט געבאָרענעם פאַרטאָג.
גוט־יום־טוב, מאָסקװע!
עס גריסט דיך ביאַליסטאָק!
און אָט אַזױ געצװאָגענע אין פרײד,
און אױסגעפּוצט מיט רױטן גלי:
זאָל אונדזער לאַנד אַ שטײג טאָן מיט איר ליד
פון בױונג קרעפטיקער און מי.
גוט־יום־טוב, װעלט!
גוט־יום־טוב, װעלט!
אָקטאָבער גײט אױף מעכטיק װי די זון,
נעמט אַלץ אַרום,
נעמט אַלעמען אַרום.
הײ, װעלט! אַ סטאַלין־גרוס פאַר דיר!
אין גליקלעכן אָקטאָבער־טאָג
עס גריסט דיך מאָסקװע!
עס גריסט דיך ביאַליסטאָק!
אָקטאָבער
ש. זשירמאַן
מאַרשירן מיר מיט אױפֿגעפּראַלטן גליק
אין ערשט געבאָרענעם פֿאַרטאָג.
גוט־יום־טובֿ, מאָסקװע!
עס גריסט דיך ביאַליסטאָק!
און אָט אַזױ געצװאָגענע אין פֿרײד,
און אױסגעפּוצט מיט רױטן גלי:
זאָל אונדזער לאַנד אַ שטײג טאָן מיט איר ליד
פֿון בױונג קרעפֿטיקער און מי.
גוט־יום־טובֿ, װעלט!
גוט־יום־טובֿ, װעלט!
אָקטאָבער גײט אױף מעכטיק װי די זון,
נעמט אַלץ אַרום,
נעמט אַלעמען אַרום.
הײ, װעלט! אַ סטאַלין־גרוס פֿאַר דיר!
אין גליקלעכן אָקטאָבער־טאָג
עס גריסט דיך מאָסקװע!
עס גריסט דיך ביאַליסטאָק!