I Would Be a Father By Now

Ber Horovits

By now, I would be a father,
bouncing a child on my sturdy knee,
my nose nuzzled against its downy body,
as to a full-blown, fragrant rose.

My wife’s head would rest on my chest
with the sweet certainty of a ship in harbor—
and I would tenderly caress her head,
silently, not uttering a word.

Sitting quietly by the stove, my mother
would darn a sock and miss a stitch;
she’d fiddle with her glasses
and lean toward the lantern’s light.

Something strange would twist in my heart:
“Oh, mamenyu, what is it? Come,
sit here—right here beside me.”
And I would kiss the tear from her cheek

that my father had not lived to see.

I cast off my misery,
my rigid pride and my rationality,
and return to you once more, a simple man—
with a sincere, shy smile.

I come to your sorrowful door
on a dark night, carrying a lantern,
and knock softly—
You open it fearfully … I bow my head.

And our guilty hands find each other,
our lips tremble…
Oh, sister, sister—we have spent too long
embittering our lives, sister.

And I offer a blessing over the bread
and over the sweet milk –
while our hearts beat out
a quiet prayer of reconciliation …

Translated by Miri Koral


איך װאָלט שױן הײנט געװען א טאַטע

בער האָראָװיץ

איך װאָלט שױן הײנט געװען אַ טאַטע,
אַ קינד געהױדעט אױף מײן שטאַרקן שױס,
מײן נאָז גענורעט אין זײן פּוכקע גופל,
װי אין אַ פולער, שמעקנדיקער רױז…

מײן װײב װאָלט אױף מײן ברוסט דעם קאָפּ געהאַלטן
פול זיסער זיכערקײט װי אַ שיף בײם פּאָרט —
און צאַרט אַזױ װאָלט איך איר קאָפּ געצערטלט
און שװײגנדיק, נישט רײדנדיק קײן װאָרט…

בײם אױװן שטיל געזעסן װאָלט מײן מוטער —
בײם צירעװען אַ זאָק פארצײלט זיך בײ אַן אױג,
און בײ די ברילן עפּעס זיך געפּאָרעט,
און נאָכן װאָלקנױל זיך געטאָן אַ בױג…

מיר װאָלט זיך עפּעס פרעמד פאַרקלעמט בײם האַרצן:
— אָ, מאַמעניו װאָס איז דיר? קום אַהער
און זעץ דיך דאָ, אָט־אָ דאָ אַ נידער…
און אָפּגעקושט װאָלט איך פון איר באַק די טרער,

װאָס עס האָט מײן פאָטער נישט דערלעבט דאָס מער…

כ’װאַרף אַװעק מײן צװײפל,
מײן שטארן שטאָלץ און מײן שכל,
און קום צו דיר װידער אַ פּראָסטינקער —
מיט אַ האַרציק פאַרשעמטן שמײכל…

איך קום צו דײן טרױעריקער טיר
אין אַ טונקעלער נאַכט מיט אַ לאַמטערן
און קלאַפּ הכנעהדיק אָן —
דו עפנסט דערשראָקן… איך בױג מײן שטערן.

און אונדזערע שולדיקע הענט געפינען זיך,
אונדזערע לעפצן ציטערן…
אױ, שװעסטער, שװעסטער — מיר האָבן זיך צו לאַנג
געטאָן דאָס לעבן פאַרביטערן, שװעסטער.

און איך מאַך אַ ברכה איבערן ברױט
און איבער דער זיסער מילך —
און אונדזערע הערצער שלאָגן
אַ שטילע, אַ פרידלעכע תפילה…


איך װאָלט שױן הײַנט געװען א טאַטע

בער האָראָװיץ

איך װאָלט שױן הײַנט געװען אַ טאַטע,
אַ קינד געהױדעט אױף מײַן שטאַרקן שױס,
מײַן נאָז גענורעט אין זײַן פּוכקע גופֿל,
װי אין אַ פֿולער, שמעקנדיקער רױז…

מײַן װײַב װאָלט אױף מײַן ברוסט דעם קאָפּ געהאַלטן
פֿול זיסער זיכערקײט װי אַ שיף בײַם פּאָרט —
און צאַרט אַזױ װאָלט איך איר קאָפּ געצערטלט
און שװײַגנדיק, נישט רײדנדיק קײן װאָרט…

בײַם אױװן שטיל געזעסן װאָלט מײַן מוטער —
בײַם צירעװען אַ זאָק פֿאַרצײלט זיך בײַ אַן אױג,
און בײַ די ברילן עפּעס זיך געפּאָרעט,
און נאָכן װאָלקנױל זיך געטאָן אַ בױג…

מיר װאָלט זיך עפּעס פֿרעמד פֿאַרקלעמט בײַם האַרצן:
— אָ, מאַמעניו װאָס איז דיר? קום אַהער
און זעץ דיך דאָ, אָט־אָ דאָ אַ נידער…
און אָפּגעקושט װאָלט איך פֿון איר באַק די טרער,

װאָס עס האָט מײַן פֿאָטער נישט דערלעבט דאָס מער…

כ’װאַרף אַװעק מײַן צװײפֿל,
מײַן שטאַרן שטאָלץ און מײַן שׂכל,
און קום צו דיר װידער אַ פּראָסטינקער —
מיט אַ האַרציק פֿאַרשעמטן שמײכל…

איך קום צו דײַן טרױעריקער טיר
אין אַ טונקעלער נאַכט מיט אַ לאַמטערן
און קלאַפּ הכנעהדיק אָן —
דו עפֿנסט דערשראָקן… איך בױג מײַן שטערן.

און אונדזערע שולדיקע הענט געפינען זיך,
אונדזערע לעפֿצן ציטערן…
אױ, שװעסטער, שװעסטער — מיר האָבן זיך צו לאַנג
געטאָן דאָס לעבן פֿאַרביטערן, שװעסטער.

און איך מאַך אַ ברכה איבערן ברױט
און איבער דער זיסער מילך —
און אונדזערע הערצער שלאָגן
אַ שטילע, אַ פֿרידלעכע תפילה…