To My Mother

Chaim Semiatitski (Khayim Semiatitsky)

Mama, I no longer love winter
or white snow as I once did,
when the days seem to rise
from the fields,
because your weary legs
could not walk beside me
along the path
across the snow
lying so innocently bright
at your threshold.

You stood there a long while,
watching
for traces of my footsteps
across the whiteness.

Because of you,
there are many things
I love—and hate—
today.
For instance:
I love
the evening
(it brings sleep to your eyelids);
the road that leads you each morning
to shul;
the yellowed pages of your prayer book
(that have absorbed the tears
you shed for me);
your old Sabbath dress;
the woods;
and even this gray life itself.
And I am the enemy
of a child’s cry
in the middle of the night
that startles you awake;
the wind
that drags clouds
to your window;
the milk that boils over on the stove
and stirs your anger;
and, at times, even myself—
I am not who you hoped I would be.

Translated by Miri Koral


צו מײן מאַמען

חײס סעמיאַטיצקי

מאַמע, איך האָב שױן מער נישט ליב
װי אַמאָל
דעם װינטער און דעם װײסן שנײ,
װען טעג זעען אױס,
װי פון פעלד אַרױסגעװאַקסן, —
װײל דײנע מידע פיס
האָבן נישט געקאָנט
באַגלײטן מיך צום װעג
איבערן שנײ,
װאַס איז געלעגן אַזױ אומשולדיק־העל
בײ דײן שװעל.

דו ביסט דאַן לאַנג געשטאַנען
און געקוקט
אױף די צײכנס פון מײנע טריט
אין װײס.

צוליב דיר
האָב איך הײנט
אַ סך זאַכן ליב און פײנט,
אַ שטײגער:
איך האָב ליב
דעם אָװנט
(ער ברענגט דעם שלאָף צו דײנע װיעס);
דעם װעג, װאָס פירט דיך יעדן פרי
אין שול אַרײן;
די געלע בלעטער פון דײן קרבן־מנחה־סידור
(אין װעלכן ס’זײנען אײנגעזאַפּט טרערן,
אױסגעװײנט פאַר מיר);
דײן אַלט שבת־קלײד;
דעם װאַלד,
און אױך דאָס גראָע לעבן.
און כ’בין אַ שונא
דעם געשרײ פון אַ קינד
אינמיטן דער נאַכט
װאָס װעקט דײן שלאָף;
דעם װינט,
װאָס שלעפּט װאָלקנס אָן
פאַר דײנע פענצטער;
דער מילך, װאָס לױפט אױף דער קיך,
װײל ס’רעגט דיך אױף;
און אַמאָל אױך זיך אַלײן:
כ’בין נישט אַזױ, װי דו האָסט געװאָלט. —


צו מײַן מאַמען

חײס סעמיאַטיצקי

מאַמע, איך האָב שױן מער נישט ליב
װי אַמאָל
דעם װינטער און דעם װײַסן שנײ,
װען טעג זעען אױס,
װי פֿון פֿעלד אַרױסגעװאַקסן, —
װײַל דײַנע מידע פֿיס
האָבן נישט געקאָנט
באַגלײטן מיך צום װעג
איבערן שנײ,
װאָס איז געלעגן אַזױ אומשולדיק־העל
בײַ דײַן שװעל.

דו ביסט דאַן לאַנג געשטאַנען
און געקוקט
אױף די צײכנס פֿון מײַנע טריט
אין װײס.

צוליב דיר
האָב איך הײַנט
אַ סך זאַכן ליב און פֿײַנט,
אַ שטײגער:
איך האָב ליב
דעם אָװנט
(ער ברענגט דעם שלאָף צו דײַנע װיִעס);
דעם װעג, װאָס פֿירט דיך יעדן פֿרי
אין שול אַרײַן;
די געלע בלעטער פֿון דײַן קרבן־מנחה־סידור
(אין װעלכן ס’זײַנען אײַנגעזאַפּט טרערן,
אױסגעװײנט פֿאַר מיר);
דײַן אַלט שבת־קלײד;
דעם װאַלד,
און אױך דאָס גראָע לעבן.
און כ’בין אַ שׂונא
דעם געשרײ פֿון אַ קינד
אינמיטן דער נאַכט
װאָס װעקט דײַן שלאָף;
דעם װינט,
װאָס שלעפּט װאָלקנס אָן
פֿאַר דײַנע פֿענצטער;
דער מילך, װאָס לױפֿט אױף דער קיך,
װײַל ס’רעגט דיך אױף;
און אַמאָל אױך זיך אַלײן:
כ’בין נישט אַזױ, װי דו האָסט געװאָלט. —