The sky’s rouge
drew back
beneath their steps
overgrown with the sidewalks,
mingled with the dust of asphalts.
They entered the grey.
The street is lonely,
sundered from the sapphire sky:
between them, a violet-hued cloud
and a red brick wall.
The street is a band of grey stone
with lots of steps.
People are enveloped in love,
as in deep grass or bitter hay.
Hard soldier-squares march
along the street from a scenic pink postcard,
the rouge of the sky drawing back beneath them
with numbered ringing metallic steps.
They will have a tough fate:
musty long march routes,
naked expanses where wild roses
bloom in papery pink paleness;
they will have
torn bellies and lips
and feet stuffed into green shoes,
the shoes of Van Gogh’s paintings.
Like the music of the train lost in grey
in the evening.
Unique as a grey pearl,
useless as a sigh and a tear.
Soldiers marching pensively,
soldiers in watery-green shoes.
Little soldiers from scenic pink postcards,
you are needed.
Beneath you the rouge draws back
into the lonely street
with the red wall on one side
and lots of steps.
Translated by Miri Koral
אָװנטיקער שפּאַציר גאַנג
דבורה פאָגעל
דער רוזש פון הימל
איז צוריקגעגאַנגען
אונטער זײערע טריט
פאַרװאַקסענע מיט די טראָטואַרן,
פאַרמישטע מיט דעם שטױב פון אַספאַלטן.
זײ זײנען אַרײן אין דעם גראָ.
די גאַס איז אײנזאַם,
אָפּגעריסן פון שאַפירענעם הימל:
צװישן זײ אַ פיאָלעטענער װאָלקן
און אַ רױטע ציגלנע מױער.
די גאַס איז אַ באַנד גראָער שטײן
מיט אַ סך טריט.
מענטשן זײנען אײנגעהילט אין ליבשאַפט,
װי אין טיפן גראָז אָדער ביטערן הײ.
האַרטע זעלנער־קװאַדראַטן מאַרשירן
איבער דער גאַס פון אַ ראָזע אנזיכטקאַרטל,
דער רוזש פון הימל גײט צוריק אונטער זײ
מיט געצײלטע קלינגענדיקע מעטאַלענע טריט.
זײ װעלן האָבן אַ האַרטן גורל:
דומפּיקע לאַנגע מאַרשרוטן,
נאַקעטע שטחים, װוּ עס בליען
װילדע רױזן מיט פּאַפּירענער ראָזער בלאַסקײט;
זײ װעלן האָבן
צעריסענע בײכער און ליפּן
און פיס פאַרפּאַקטע אין שיך גרינע,
די שיך פון די בילדער װאַן־גאָג.
װי די מוזיק פון באַן פאַרלױרן אין גראָ
אין דער אָװנט
אײנציק װי אַ גראָע פּערל,
אומזיסטיק װי אַ זיפץ און אַ טרער.
זעלנער אין אַ מאַרש פאַרטראַכטע
זעלנער אין שיך װאַסערגרינע;
זעלנערלעך פון ראָזע אנזיכטקאַרטלעך
איר זענט נױטיק.
אונטער אײך גײט צוריק דער רוזש
אין דער אײנזאַמער גאַס
מיט דער רױטער מױער פון אײן זײט
און אַ סך טריט.
אָװנטיקער שפּאַציר גאַנג
דבֿורה פֿאָגעל
דער רוזש פֿון הימל
איז צוריקגעגאַנגען
אונטער זײערע טריט
פֿאַרװאַקסענע מיט די טראָטואַרן,
פֿאַרמישטע מיט דעם שטױב פֿון אַספֿאַלטן.
זײ זײַנען אַרײן אין דעם גראָ.
די גאַס איז אײַנזאַם,
אָפּגעריסן פֿון שאַפֿירענעם הימל:
צװישן זײ אַ פֿיאָלעטענער װאָלקן
און אַ רױטע ציגלנע מױער.
די גאַס איז אַ באַנד גראָער שטײן
מיט אַ סך טריט.
מענטשן זײַנען אײַנגעהילט אין ליבשאַפֿט,
װי אין טיפֿן גראָז אָדער ביטערן הײ.
האַרטע זעלנער־קװאַדראַטן מאַרשירן
איבער דער גאַס פֿון אַ ראָזע אַנזיכטקאַרטל,
דער רוזש פֿון הימל גײט צוריק אונטער זײ
מיט געצײלטע קלינגענדיקע מעטאַלענע טריט.
זײ װעלן האָבן אַ האַרטן גורל:
דומפּיקע לאַנגע מאַרשרוטן,
נאַקעטע שטחים, װוּ עס בליִען
װילדע רױזן מיט פּאַפּירענער ראָזער בלאַסקײט;
זײ װעלן האָבן
צעריסענע בײַכער און ליפּן
און פֿיס פֿאַרפּאַקטע אין שיך גרינע,
די שיך פֿון די בילדער װאַן־גאָג.
װי די מוזיק פֿון באַן פֿאַרלױרן אין גראָ
אין דער אָװנט.
אײנציק װי אַ גראָע פּערל,
אומזיסטיק װי אַ זיפֿץ און אַ טרער.
זעלנער אין אַ מאַרש פֿאַרטראַכטע,
זעלנער אין שיך װאַסערגרינע;
זעלנערלעך פֿון ראָזע אַנזיכטקאַרטלעך,
איר זענט נױטיק.
אונטער אײַך גײט צוריק דער רוזש
אין דער אײַנזאַמער גאַס
מיט דער רױטער מױער פֿון אײן זײַט
און אַ סך טריט.