Miryem (Miriam) Ulinover
A summer morning. Five AM,
and so the courtyard awakens.
Things get humming, animated,
off they run to feed the chickens.
A boy trails after a girl
up to the chicken coop fence –
bestows a tender kiss,
bestows a sweet caress.
The girl remains in place,
at a loss for how to respond…
Blood rushes to her face
while the startled red hen looks on…
and absorbs the girl’s young blush
into her own gimlet eye –
then an errant “drop of blood”
each of her yolks will “blight”!*
*A fertilized egg showing blood in the yolk is considered unkosher.
Translated by Miri Koral
אין הױף
מרים אולינאָװער
זומער־מאָרגן. — פינף אַזײנער
װערט שױן װאַך דער הױף, —
מאַכט זיך לעבעדיק און לוסטיק;
לױפט מען פּאַשען ס’עוף.
ציט אַ ײנגל נאָך אַ מײדל
ביז צום הינער־פּלעט, —
שענקט ער איר אַ קוש אַ צארטן,
שענקט ער איר אַ גלעט.
רירט זיך נישט פון אָרט דאָס מײדל,
װײסט נישט, װאָס צו טאָן…
שלאָגט איר צו דאָס בלוט צום פּנים —
גאפט די געלע הון…
עסט דעם מײדלס יונגער רױטל
איר אין אױג זיך אײן, —
װעלן אַלע, אַלע אײער
מים אַ ”בלוטס־טראָפּ“ זײן!..
אין הױף
מרים אולינאָװער
זומער־מאָרגן. — פֿינף אַזײנער
װערט שױן װאַך דער הױף, —
מאַכט זיך לעבעדיק און לוסטיק;
לױפֿט מען פּאַשען ס’עוף.
ציט אַ ייִנגל נאָך אַ מײדל
ביז צום הינער־פּלעט, —
שענקט ער איר אַ קוש אַ צאַרטן,
שענקט ער איר אַ גלעט.
רירט זיך נישט פֿון אָרט דאָס מײדל,
װײסט נישט, װאָס צו טאָן…
שלאָגט איר צו דאָס בלוט צום פּנים —
גאַפֿט די געלע הון…
עסט דעם מײדלס יונגער רױטל
איר אין אױג זיך אײן, —
װעלן אַלע, אַלע אײער
מים אַ ”בלוטס־טראָפּ“ זײַן!..