To the Porter

Borekh Olitzki (Baruch Olitzky)

My gaze races after the clock’s hands,
my ear quivers at the pulse of time,
and though this clamorous Warsaw
has swept me far away,
so very far —
still, porter, your bright shadow I remain.
My blood carries the clear echoes of your steps;
wherever I am,
I am your radiant chord!

The porches here blaze with lovely red hop leaves,
the wind combs the lakes’ silvery braids.
My little table is fragrant with sprats, dumplings, and torte,
but I, across untold hundreds of kilometers,
absorb your misery,
your dark terror,
and, mingled with the tears of unuttered speech,
your hunger twitches at the corners of my mouth
and in my grey beard…

Even now, do I not walk Lithuania’s tranquil sands?
Even now, don’t fir forests flare like green pyramids?
A mere mirage? Yet from my very life
your scent arises,
and from these weary, weary shoulders of mine…

It happens—the wretched peasant here begins knocking too,
but does not know what to say:
the Lithuanian peasant remains a simpleton, an ignoramus—
spies an airplane – and sees a flying crucifix.

And you—what, after all, are distance and remoteness?
What do untold hundreds of kilometers matter
when your silence cries out:
“I want no more!
I will no longer bear this yoke!
I can bear it no longer!”
Then I become pure listener,
pure shaper,
and from this darkened week I shape
for you,
for me,
the brightest of all dawns!

Translated by Miri Koral


צום טרעגער

ברוך אָליצקי

מײן בליק לױפט נאָך די װײזערס פונעם זײגער,
מײן אױער צאַפּלט אױפן דופק פון דער צײט,
און כאָטש עס האָט פאַריאָגט מיך װײט,
אַזױ־אָ װײט
די רױשנדיקע װאַרשע, —
כ’בין פאָרט דײן העלער שאָטן, טרעגער,
טראָג פאָרט אין בלוטן עכאָס לױטערע פון דײנע מאַרשן;
אין יעדן אָרט
בין איך דײן ליכטיקער אַקאָרד!

עס ברענען דאָ די גאַניקעס מיט שײנע רױטע האָפּן־בלעטער,
עס קעמט די צעפּ די זילבערנע פון אָזיערעס דער װינט,
עס שמעקט מײן טישעלע מיט שפּראָטן, זשאָבלינעס און טאָרט,
נאָר איך — דורך הונדערטער דורך װיפל קילאָמעטער
זאַפּ אײן דײן װײ־און־װינד,
דײן טונקלען גרױל
און, אױסגעמישט מיט טרערן פון אַ נישט־דערזאָגטן װאָרט,
עס צוקט דײן הונגער בײ די װינקלען פון מײן מױל
און אין מײן גרױער באָרד…

נישט שױן זשע איבער ליטעס שלװהדיקע זאַמדן גײ איך?
נישט שױן זשע פלאַמען יאָדלע־װעלדעלעך, װי גרינע פּיראַמידן?
ס’אַ װיזיע בלױז? עס גײט דאָך פון מײן לײב־און־לעבן אױף דײן ריח
און פון די פּלײצעס מײנע מידע, מידע…

עס טרעפט — דאָס בידנע פּױערל הײבט אױכעט דאָ אָן קלאַפּן,
נאָר ס’װײסט נישט װאָס צו זאָגן:
עס איז דאָס ליטװיש פּױערל נאָך גאָר אַ תם, א גולם,
עס זעט דעם עראָפּלאַן — אַ פליענדיקער צלם.

און דו — װאָס איז דען שטח, װאָס איז װײט,
און װאָס באַדײטן הונדערטער און װיפל קילאָמעטער,
בעת דײן שװײגן שרײט:
„איך װיל נישט מערער!
איך װיל שױן נישט דעם יאָך!
איך קאָן אים שױן נישט טראָגן!“
דאַן װער איך לױטער הערער,
און לױטער קנעטער,
און קנעט פון שװאַרצער װאָך
פאַר דיר,
פאַר מיר
דעם ליכטיקסטן פון די פאַרטאָגן…


צום טרעגער

ברוך אָליצקי

מײַן בליק לױפֿט נאָך די װײַזערס פֿונעם זײגער,
מײַן אױער צאַפּלט אױפֿן דופֿק פֿון דער צײַט,
און כאָטש עס האָט פֿאַריאָגט מיך װײַט,
אַזױ־אָ װײַט
די רױשנדיקע װאַרשע, —
כ’בין פֿאָרט דײַן העלער שאָטן, טרעגער,
טראָג פֿאָרט אין בלוטן עכאָס לױטערע פֿון דײַנע מאַרשן;
אין יעדן אָרט
בין איך דײַן ליכטיקער אַקאָרד!

עס ברענען דאָ די גאַניקעס מיט שײנע רױטע האָפּן־בלעטער,
עס קעמט די צעפּ די זילבערנע פֿון אָזיערעס דער װינט,
עס שמעקט מײַן טישעלע מיט שפּראָטן, זשאָבלינעס און טאָרט,
נאָר איך — דורך הונדערטער דורך װיפֿל קילאָמעטער
זאַפּ אײַן דײַן װײ־און־װינד,
דײַן טונקלען גרױל
און, אױסגעמישט מיט טרערן פֿון אַ נישט־דערזאָגטן װאָרט,
עס צוקט דײַן הונגער בײַ די װינקלען פֿון מײַן מױל
און אין מײַן גרױער באָרד…

נישט שױן זשע איבער ליטעס שלװהדיקע זאַמדן גײ איך?
נישט שױן זשע פֿלאַמען יאָדלע־װעלדעלעך, װי גרינע פּיראַמידן?
ס’אַ װיזיע בלױז? עס גײט דאָך פֿון מײַן לײַב־און־לעבן אױף דײַן ריח
און פֿון די פּלײצעס מײַנע מידע, מידע…

עס טרעפֿט — דאָס בידנע פּױערל הײבט אױכעט דאָ אָן קלאַפּן,
נאָר ס’װײסט נישט װאָס צו זאָגן:
עס איז דאָס ליטװיש פּױערל נאָך גאָר אַ תּם, אַ גולם,
עס זעט דעם עראָפּלאַן — אַ פֿליִענדיקער צלם.

און דו — װאָס איז דען שטח, װאָס איז װײַט,
און װאָס באַדײַטן הונדערטער און װיפֿל קילאָמעטער,
בעת דײַן שװײַגן שרײַט:
„איך װיל נישט מערער!
איך װיל שױן נישט דעם יאָך!
איך קאָן אים שױן נישט טראָגן!“
דאַן װער איך לױטער הערער,
און לױטער קנעטער,
און קנעט פֿון שװאַרצער װאָך
פֿאַר דיר,
פֿאַר מיר
דעם ליכטיקסטן פֿון די פֿאַרטאָגן…