Simkha-Bunim Shayevitch (Simkhe-Bunim Shayevitsh)
A.
And lo and behold
Spring has indeed arrived –
Hey, sky – be joyful. Be joyful –
you’re fresh, newborn,
and lie in a blue golden cradle
rocked by the gentle wind.
The swallows sing you songs
and you play with a grey bear-cloud
that wandered onto your lap by chance.
You wake up before dawn
with a dreamy violet smile
with the shimmer of a rainbow,
and the evenings lull you to sleep
with the loveliest fairytales
by the colorful flickers
of sunsets.
B.
And lo and behold
Spring has indeed arrived again –
the tree will send out another root
deeper into the earth
and the birds will build
fresh cozy nests.
But my ghetto-brothers
must yet abandon their homes,
those spun with golden dreams,
and herdlike, by the dozens,
by the hundreds – drag themselves
day after day, night after night
down into the transit camp
to fulfill the expulsion mitzvah.
Their steps, tired and sick,
wobble, stagger like drunkards.
But they are not drunk from wine
and not from whiskey. But from woe and pain.
From despair and bitterness.
Their hands – half-numbed –
barely move, like the wings of a sick bird.
Their gazes – abyss-dark,
like sheep led to the slaughter,
and in their hearts beats the terror
with the sound of clumps of earth thrown onto graves.
C.
And lo and behold
Spring – praise be God – is here again.
The night blows on the silver horn
of the young moon
and is learning a new song
in honor of the Spring that this year
arrived as a latecomer guest,
but like a camel does a mother move,
hunched from the weight on her back,
with five little children straggling after –
each smaller than the other,
bundled in rags,
wearing tattered shoes
bound up by cords.
With heavy “breadbaskets”
like begging bags
hanging in the front.
They’re already spent and can’t walk any farther.
The mother, like a hen,
spreads her arms –
she leaves the oldest on its own,
the second, she curses,
the third she pushes along,
and with the fourth she prays,
and only the fifth she takes in her arms,
though remains standing herself, short of breath,
like a spoiled fish
with staring eyes
and a gaping mouth,
and the load at the rear and the child in front
sway in the balance —
the motherly balance —
up and down
back and forth,
up and down
back and forth.
D.
And lo and behold
the miracle of resurrection occurs
and Spring returns –
but by us in the ghetto
no one cares any more about the hunger
that shrieks from every limb,
and it has also been forgotten
in the death that knocks so invitingly
on dwellings, overlooking not a one.
And like sad, trembling sheep,
one shudders and flutters
before the expulsion decree
out to the unknown land,
so, one shudders and flutters
before the secret Balthazar script:
— To Life or to Death –
and when an old woman sees the hearse racing,
her eyes glow with envy:
— Yes – yes, that person had the good fortune..
And the young man lowers his head:
— Nah – nah. It’s all the same devil…
And the young woman spits three times:
— Tfu-tfu-tfu, let the Angel of Death be my groom.
And even the child drags itself off to the trek
with a pained tear-stained face, stammering:
— Ma-ma-mine, oy, I have no maw strengt,
Oy, put me up on the liddle black wagon…
E.
And lo and behold
Spring – a welcome guest –
is here once more.
The buds drip with sap
and young hearts with intoxicated blood.
But in the ghetto somewhere in an attic room
for ten days straight
a seventeen-year old girl, lonely lay,
with a little smile on her frozen lips,
and with corroded lungs,
and awaited the wagon
that would come for her.
Both her father and mother
would be taken soon
and within the hour
she was due to be taken too.
Before departing, her mother said,
“Itkele darling, I’ll be waiting for you there…
but in the meantime, have a lick of sugar,
eat a tiny slice of bread,
and when you go, wrap yourself well…”
And her father grumbled,
“—What can be wrong – along the way
you’ll at least have a whiff of fresh air…”
But her parents were sent off from the camp
at the break of day.
Her mother tore the hair from her head:
— And where is my Itkele?
Where, have mercy, have you left my child?…”
And her father stood petrified
with trembling lips and gaping eyes,
and tore out a hair
from his knotted beard.
And at home, the seventeen-year-old
waits and waits, waits and waits –
a day goes by, a night comes;
a dawn laughs unrestrainedly
and a sunset murmurs in quiet piety:
the first sentinel is deep in thought
and the last – plays cat-and-mouse –
the young moon peaks in through a crack
and a cloud ensnares it in its pillowy paw,
but they do not yet come for her.
Her bread is long gone;
the next day, a neighbor brings
a cup of hot bitter coffee
and a sniveling incantation:
“They’re probably coming soon –
the world is not helter-skelter.”
A night goes by, a day comes.
An evening is red, breaks into a drunken dance,
and a sunrise moans with piercing grief –
a bit of frost glazes the windowpane
and a sun licks it up with its wee golden tongue.
The sliver of sugar also done with,
she lies with foam on her yellow lips.
On the fourth day, a matron brings
a cup of broth with a heavy sigh:
— “Poor thing, such hunger to endure –
they’ll come for you tonight for sure.”
A day changes places with the night,
a night with the day – two faithful guards,
guarding her empty, wasted sick life.
Her hands grope the top of the chair:
perhaps there’s a morsel there
to put in her mouth,
and they quiver and quake.
Her gazes wander in the void
and her hearing is awake
but rarely is there some cute little mouse
to give her any cheer
with a familiar live chirp.
Just strangers’ steps running on the stairs,
up and down, down and up
avoiding her door, avoiding her door.
The fifth day, she’s glazed.
The sixth twilight, she sips a little soup.
The seventh dawn – she dreams.
The eighth – she is oblivious.
The ninth – her head –
a collapsed coil,
falls back on the pillow,
and her hands – two heavy stones.
The tenth night – she’s dreaming once more –
fellows are swimming, moving, running –
they’re about to come for her,
they’re about to knock on the door.
Bubbles form on her clay-like lips
and the greenish foam froths
and the yellow smile glows:
— “Daddy! Mommy! You tarried so long?!”
Through the slit, the cloud
spit out the moon:
— A holiday today, huh? So bright, bright –
Aha, my wedding night, my wedding n-i-g-h-t…
But suddenly everything goes dark
and her head flies, falls, sinks,
rolls down into the abyss:
— Daddy, Mommy,
M-o-m-m-y, m-o-… — — —
Translated by Miri Koral
פרילינג תש”ב
ש. שאַיעװיטש
א.
און אין א מזלדיקער שעה
איז שױן דער פרילינג דאָ —
הײ הימל — פרײ זיך. פרײ זיך —
ביסט פריש, נײ געבױרן
ליגסט אין א בלױ גאָלדן װיגל
און ס’װיגט דיך דער מילדער װינט.
די שװאַלבן זינגען דיר לידלעך
און שפּילסט זיך מיט א גרױען בערן־װאָלקן,
װאָס האָט פארבלאָנדזשעט צו דיר אין שױס.
אין די פארטאָגן כאַפּסטו זיך אױף
מיט פארחלומט־פיאַלעטן שמײכל,
מיטן שימער פון רעגנבױגן
און די פארנאכטן שלעפערן דיך אַײן
מיט די שענסטע קינדער־מעשׂהלעך
בײ די פאַרביקע פלאַקערן
פון די זון־פאַרגאַנגען.
ב.
און אין א מזלדיקער שעה
איז שױן דער פרילינג װידער דאָ —
דער בױם װעט שלאָגן מיט נאָך א װאָרצל
טיפער אין דער ערד זיך אײן
און די פײגל װעלן זיך בױען
פרישע הײמלעכע נעסטן.
נאָר מײנע געטאָ־ברידער
מוזן נאָך אַלץ פארלאָזן זײערע הײמען
די מיט גאָלדענע חלומות ארומגעשפּינטע
און סטאַדעסװײז — אין די צענדליקער,
אין די הונדערטער — זיך שלעפּן
טאָג בײ טאָג, נאַכט בײ נאַכט
אין זאַמל־לאַגער אראָפּ
מקײם צו זײן די מצות גירוש.
זײערע טריט מיד און קראַנק
װאקלען זיך, הױדן זיך װי שיכורים.
נאָר שיכור זײנען זײ נישט פון װײן
און נישט פון בראָנפן. נאָר פון צרות און פּײן.
פון יאוש און ביטערניש.
זײערע הענט — האַלב געלײמטע —
באװעגן זיך קױם װי פליגל בײ קראַנקע פײגל.
זײערע בליקן — תהומיש־פינצטערע,
װי שאָף צו שחיטה געפירט
און אין די הערצער קלאַפּט דער פּחד
מיטן קלאַנג פון גרודעס ערד אין קברים געשיט.
ג.
און אין א מזלדיקער שעה
איז דער פרילינג — א לױב צו גאָט — װידער דאָ —
די נאכט בלאָזט אױפן זילבערנעם האָרן
פון דער יונגער לבנה
און לערנט זיך אױס א נײ ליד
לכבוד דעם פרילינג װאָס איז הײ־יאָר
געקומען אזױ שפּעט־געסטלעך,
נאָר װי אַ קעמל טראָגט זיך אַ מאַמע
פארהױקערט מיט דער משא אױפן רוקן.
נאָך איר באָמבלען זיך נאָך פינף קינדערלעך —
אײנס קלענער פארן צװײטן,
פארבאבלטע אין שמאַטעס
און די צעפליקטע שיך
מיט בענדלעך ארומגעבונדן.
מיט שװערע „כלעבאַקעס”,
װי שנאָרערישע טאָרבעס
פון פראָנט אָנגעהאָנגען.
זײ זײנען שױן מיד און קאָנען װײטער נישט גײן.
די מאַמע װי אַ קװאָקע
צעשפּרײט אירע אָרעמס —
דאַס עלטסטע לאָזט זי איבער הפקר,
דאָס צװײטע שעלט זי,
דאָס דריטע שטופּט זי אונטער,
בײם פערטן בעט זי זיך
און דאָס פינפטע נעמט זי אלײן אױף די הענט,
נאָר בלײבט אלײן באַלד שטײן אָן אָטעם,
װי אן אָפּגעשטאַנענער פיש,
מיט אױפגעריסענע אױגן,
מיט אַן אָפן מױל
און די משא פון הינטן און דאָס קינד פון פאָרנט
װיגן זיך אױפן משקולת —
דער מאַמעשער װאָג־שאָל —
אראָפּ און ארױף
אהין און צוריק,
אראָפּ און ארױף
אהין און צוריק.
ד.
און אין א מזלדיקער שעה
געשעט דער נס פון תחית המתים
און דער פרילינג איז װידער דאָ —
נאָר בײ אונדז אין געטאָ
אַרט שױן קײנעם נישט דער הונגער,
װאָס יאָמערט אראָפּ פון אלע גלידער,
און מען האָט אױך פארגעסן
אינעם טױט װאָס קלאַפּט אומעטום הײמיש אָן
און מײדט נישט אױס דאָ קײן שטוב.
און װי עלנטע ציטעריקע שאָף
ציטערט מען און מ’פלאַטערט
פארן אױסװאנדער־גזר
אינעם אומבאַװוסטן לאַנד ארײן,
ציטערט מען און מ’פלאַטערט
פארן געהײמען בלשאצר כתב:
—לחײם או למות —
זעט א זקנה דאָ די עגלה לױפן
צעגלאַנצן זיך אירע אױגן מיט קנאה:
— יאָ — יאָ, א מענטש האָט א זכיה געהאַט…
און דער יונגערמאַן לאָזט דעם קאָפּ אראָפּ:
— נע — נע. סײ־װי אלץ אײן טשאָרט…
און דאָס כלה־מײדל שפּײט אױס דרײ מאָל:
— טפו־טפו־טפו, זאָל שױן דער מלאך־המות װערן מײן חתן.
און אפילו דאָס קינד שלעפּט זיך אױפן װאנדער
מיט אַן אױסגעקרומט פארװײנט קעפּל און שטאַמלט:
— מאַ־מע־שי־טרױן, אױ, כ’האָב נישט מײן טױעך,
אױ, זעץ מיך ארױף אױבן אױפן שװאַרצן װעדעלע..
ה.
און אין א מזלדיקער שעה
איז דער פרילינג — אן אָנגעלײגטער גאַסט —
װידער דאָ —
די קנאָספּן גיסן זיך מיט זאַפטן
און יונגע הערצער מיט שיכורע בלוטן.
נאָר אין געטאָ ערגעץ אױף א בױדעם־שטיבל
איז צען טעג נאָכאַנאַנד
געליגן אײנזאַם א זיבעצן־יאָריקע מױד,
מיט א שמײכעלע אױף די לײמיקע ליפּן
און מיט צעפרעסענע לונגען,
און געװאַרט אױפן װאָגן,
װאָס זאָל נאָך איר קומען: —
דעם טאַטן מיט דער מאַמען
האָט מען גלײך מיטגענומען
און נאָך איר האָט מען געזאָלט
און א שעה ארום קומען.
די מאַמע האָט פארן אװעקגײן געזאָגט:
— „ײטקעלע־קרױן, כ’װאַרט דאָרט אױף דיר…
נאָר אין דערװײל כאַפּ א לעק צוקער,
עס אױף א פּענעצל ברױט
און היל זיך גוט ארום בײם גײן”…
און דער טאַטע האָט צוגעברומט.
— װאָס איז דען דער מער — עלעהײ עסט זיך
א טראָפּ אױף פרישער לופט איבערפאָרן”…
נאָר טאַטע־מאַמע האָט מען פון לאַגער
באַלד פארטאָגס אװעקגעשיקט.
די מאַמע האָט זיך געריסן די האָר פון קאָפּ:
— און מײן ײטקעלע װו איז?
…װו ט’עץ רחמנות געלאָזט מײן קינד?”…
און דער טאַטע איז געשטאַנען פארגולמט
מיט שטאַרע אױגן, מיט ציטעריקע ליפּן
און זיך אױסגעריסן אַ האָר
פון דער פארקנױלטער באָרד.
און אינדערהײם די זיבצניאָריקע מױד
װארט און װארט, װארט און װאַרט —
א טאָג פארגײט, א נאַכט קומט;
א באגין לאַכט הפקרדיק פרײ
און א שקיעה פליסטערט שטיל פרום:
די ערשטע אַשמורה איז ערנסט פאַרטראַכט
און די לעצטע — שפּילט זיך אין קאַץ־מױז שפּיל —
די יונגע לבנה קוקט אַרײן דורך אַ שפּעלטל
און א װאָלקן כאַפּט עס ארײן אין דער פּליושענע לאַפּקע,
נאָר נאָך איר קומט מען נישט.
קײן ברױט האָט זי שױן לאַנג נישט,
אַ שכן ברענגט אױפן צװײטן טאָג אַרײן
אַ הײס טעפּל ביטערע קאַװע,
מיט אַ שנױפלדיקן שפּרוך:
„מסתמא קומט מען באַלד — נישט הפקר־פּיעטרושקע קײן װעלט.”
אַ נאַכט פארגײט, אַ טאָג קומט.
אַן אָװנט איז רױט — שיכורדיק צעטאַנצט
און אַ זריחה יאָפּט אָבלדיק־שנײדיק —
אַ פרעסטל פאַרבעלמעט דאָס פענצטער
און אַ זון לעקט עס אָפּ מיטן גאָלדן צינגל.
דאָס ביסל צוקער האָט זיך אױך שױן אױסגעלאָזט
זי ליגט מיט שױם אױף די געלע ליפּן,
אױפן פערטן טאָג ברענגט אַ ײדענע
אַ טעפּל יושקע מיט אַ שװערן זיפץ:
— „נעבעך אַזאַ הונגער זיך געמאַכט —
נאָך דיר װעט מען שױן זיכער קומען הײנט בײנאַכט”.
אַ טאָג בײט זיך מיט דער נאַכט,
אַ נאַכט מיטן טאָג — צװײ געטרײע שומרים,
װאָס היטן איר פּוסט װיסט קראַנק לעבן אָפּ.
אירע הענט זוכן אױפן שטול:
אפשר װעט זיך נאָך עפּעס אַ ליובינג
אָפּגעפונען אין מױל אַרײנצונעמען
און זײ ציטערן און ציטערן:
אירע בליקן בלאָנדזשען אין חלל
און איר געהער איז װאַך
נאָר צומאָל קײן הײמיש מײזל איז נישטאָ,
װאָס זאָל איר דערפרײען
מיט אַ לעבעדיק־הײמישן גרילץ.
בלױז טריט פרעמדע לױפן אױף טרעפּ
אַרױף און אַראָפּ, אַראָפּ און אַרױף
און מײדן אױס איר טיר, און מײדן אױס איר טיר,
דער פינפטער טאָג פאַרשיכורט זי.
דעם זעקסטן בין־השמשות — זיפּט זי אַביסל זופּ.
דעם זיבעטן באַגין — חלומט זי.
דעם אַכטן — װײסט זי שױן גאָרנישט.
דעם נײנטן — איר קאָפּ —
אַ געפּלאַצטע ספּרענזשינע —
פאַלט צוריק אױפן קישן
און די הענט — צװײ שװערע שטײנער.
די צענטע נאַכט — זי חלומט װידער —
יאַטנס שװימען, רוקן זיך, לױפן —
אָט מען קומט נאָך איר,
אָט מען קלאַפּט אין טיר.—
אױף די לײמיקע ליפּן בלעזלט זיך
און ס’קאָכט דער גרינלעכער שױם
און ס’גליט דער געלער שמײכל:
— טאַטע! מאַמע! אַזױ לאַנג זיך געזױמט?!”..
דורכן שפּאַלט האָט דער װאָלקן
אױסגעשפּיגן די לבנה:
—אַ יום־טוב הײנט, האַ? אַזױ לאַכטיק, לאַכטיק —
אַהאַ, מײן חופּה־נאַכט… מײן חופּה־נ־אַ־כ־ט!,..
נאָר אלץ לעשט זיך פּלוצים חושכדיק אױס
און דער קאָפּ פליט, פאַלט, זינקט,
קאָלערט זיך אין תהום אַראָפּ:
— טאַטע, מאַמע,
מ־אַ־אַ־מ־ע, מאַ־אַ… — — —
פרילינג תש”ב
ש. שאַיעװיטש
א.
און אין אַ מזלדיקער שעה
איז שױן דער פֿרילינג דאָ —
הײ הימל — פֿרײַ זיך. פֿרײַ זיך —
ביסט פֿריש, נײַ געבױרן
ליגסט אין אַ בלױ גאָלדן װיגל
און ס’װיגט דיך דער מילדער װינט.
די שװאַלבן זינגען דיר לידלעך
און שפּילסט זיך מיט אַ גרױען בערן־װאָלקן,
װאָס האָט פֿאַרבלאָנדזשעט צו דיר אין שױס.
אין די פֿאַרטאָגן כאַפּסטו זיך אױף
מיט פֿאַרחלומט־פֿיאַלעטן שמײכל,
מיטן שימער פֿון רעגנבױגן
און די פֿאַרנאַכטן שלעפֿערן דיך אַײן
מיט די שענסטע קינדער־מעשׂהלעך
בײַ די פֿאַרביקע פֿלאַקערן
פֿון די זון־פֿאַרגאַנגען.
ב.
און אין אַ מזלדיקער שעה
איז שױן דער פֿרילינג װידער דאָ —
דער בױם װעט שלאָגן מיט נאָך אַ װאָרצל
טיפער אין דער ערד זיך אײן
און די פֿײגל װעלן זיך בױען
פֿרישע הײמלעכע נעסטן.
נאָר מײנע געטאָ־ברידער
מוזן נאָך אַלץ פֿאַרלאָזן זײערע הײמען
די מיט גאָלדענע חלומות ארומגעשפּינטע
און סטאַדעסװײז — אין די צענדליקער,
אין די הונדערטער — זיך שלעפּן
טאָג בײַ טאָג, נאַכט בײַ נאַכט
אין זאַמל־לאַגער אראָפּ
מקײם צו זײן די מצות גירוש.
זײערע טריט מיד און קראַנק
װאקלען זיך, הױדן זיך װי שיכורים.
נאָר שיכור זײנען זײ נישט פֿון װײן
און נישט פֿון בראָנפֿן. נאָר פֿון צרות און פּײן.
פֿון יאוש און ביטערניש.
זײערע הענט — האַלב געלײמטע —
באַװעגן זיך קױם װי פֿליגל בײַ קראַנקע פֿײגל.
זײערע בליקן — תהומיש־פֿינצטערע,
װי שאָף צו שחיטה געפֿירט
און אין די הערצער קלאַפּט דער פּחד
מיטן קלאַנג פֿון גרודעס ערד אין קברים געשיט.
ג.
און אין אַ מזלדיקער שעה
איז דער פֿרילינג — אַ לױב צו גאָט — װידער דאָ —
די נאַכט בלאָזט אױפן זילבערנעם האָרן
פֿון דער יונגער לבנה
און לערנט זיך אױס אַ נײַ ליד
לכבוד דעם פֿרילינג װאָס איז הײַ־יאָר
געקומען אַזױ שפּעט־געסטלעך,
נאָר װי אַ קעמל טראָגט זיך אַ מאַמע
פֿאַרהױקערט מיט דער משא אױפן רוקן.
נאָך איר באָמבלען זיך נאָך פֿינף קינדערלעך —
אײנס קלענער פֿאַרן צװײטן,
פֿאַרבאַבלטע אין שמאַטעס
און די צעפֿליקטע שיך
מיט בענדלעך ארומגעבונדן.
מיט שװערע „כלעבאַקעס”,
װי שנאָרערישע טאָרבעס
פֿון פֿראָנט אָנגעהאָנגען.
זײ זײנען שױן מיד און קאָנען װײטער נישט גײן.
די מאַמע װי אַ קװאָקע
צעשפּרײט אירע אָרעמס —
דאַס עלטסטע לאָזט זי איבער הפקר,
דאָס צװײטע שעלט זי,
דאָס דריטע שטופּט זי אונטער,
בײַם פֿערטן בעט זי זיך
און דאָס פֿינפֿטע נעמט זי אַלײן אױף די הענט,
נאָר בלײבט אַלײן באַלד שטײן אָן אָטעם,
װי אַן אָפּגעשטאַנענער פֿיש,
מיט אױפֿגעריסענע אױגן,
מיט אַן אָפֿן מױל
און די משא פֿון הינטן און דאָס קינד פֿון פֿאָרנט
װיגן זיך אױפן משקולת —
דער מאַמעשער װאָג־שאָל —
אַראָפּ און אַרױף
אַהין און צוריק,
אַראָפּ און אַרױף
אַהין און צוריק.
ד.
און אין אַ מזלדיקער שעה
געשעט דער נס פֿון תחית המתים
און דער פֿרילינג איז װידער דאָ —
נאָר בײַ אונדז אין געטאָ
אַרט שױן קײנעם נישט דער הונגער,
װאָס יאָמערט אראָפּ פֿון אַלע גלידער,
און מען האָט אױך פֿאַרגעסן
אינעם טױט װאָס קלאַפּט אומעטום הײמיש אָן
און מײדט נישט אױס דאָ קײן שטוב.
און װי עלנטע ציטעריקע שאָף
ציטערט מען און מ’פֿלאַטערט
פֿאַרן אױסװאַנדער־גזר
אינעם אומבאַװוּסטן לאַנד אַרײן,
ציטערט מען און מ’פֿלאַטערט
פֿאַרן געהײמען בלשאצר כתב:
—לחײם או למות —
זעט אַ זקנה דאָ די עגלה לױפֿן
צעגלאַנצן זיך אירע אױגן מיט קנאה:
— יאָ — יאָ, אַ מענטש האָט אַ זכיה געהאַט…
און דער יונגערמאַן לאָזט דעם קאָפּ אראָפּ:
— נע — נע. סײַ־װי אַלץ אײן טשאָרט…
און דאָס כלה־מײדל שפּײַט אױס דרײַ מאָל:
— טפֿו־טפֿו־טפֿו, זאָל שױן דער מלאך־המות װערן מײן חתן.
און אַפֿילו דאָס קינד שלעפּט זיך אױפן װאַנדער
מיט אַן אױסגעקרומט פֿאַרװײַנט קעפּל און שטאַמלט:
— מאַ־מע־שי־טרױן, אױ, כ’האָב נישט מײן טױעך,
אױ, זעץ מיך ארױף אױבן אױפן שװאַרצן װעדעלע…
ה.
און אין אַ מזלדיקער שעה
איז דער פֿרילינג — אַן אָנגעלײגטער גאַסט —
װידער דאָ —
די קנאָספּן גיסן זיך מיט זאַפֿטן
און יונגע הערצער מיט שיכּורע בלוטן.
נאָר אין געטאָ ערגעץ אױף אַ בױדעם־שטיבל
איז צען טעג נאָכאַנאַנד
געליגן אײנזאַם אַ זיבעצן־יאָריקע מױד,
מיט אַ שמײכעלע אױף די לײמיקע ליפּן
און מיט צעפֿרעסענע לונגען,
און געװאַרט אױפן װאָגן,
װאָס זאָל נאָך איר קומען: —
דעם טאַטן מיט דער מאַמען
האָט מען גלײַך מיטגענומען
און נאָך איר האָט מען געזאָלט
און אַ שעה אַרום קומען.
די מאַמע האָט פֿאַרן אַװעקגײן געזאָגט:
— „ייִטקעלע־קרױן, כ’װאַרט דאָרט אױף דיר…
נאָר אין דערװײַל כאַפּ אַ לעק צוקער,
עס אױף אַ פּענעצל ברױט
און היל זיך גוט אַרום בײַם גײן”…
און דער טאַטע האָט צוגעברומט.
— װאָס איז דען דער מער — עלעהײַ עסט זיך
אַ טראָפּ אױף פֿרישער לופֿט איבערפֿאָרן”…
נאָר טאַטע־מאַמע האָט מען פֿון לאַגער
באַלד פֿאַרטאָגס אַװעקגעשיקט.
די מאַמע האָט זיך געריסן די האָר פֿון קאָפּ:
— און מײַן ייִטקעלע װוּ איז?
…װוּ מ’עץ רחמנות געלאָזט מײן קינד?”…
און דער טאַטע איז געשטאַנען פֿאַרגולמט
מיט שטאַרע אױגן, מיט ציטעריקע ליפּן
און זיך אױסגעריסן אַ האָר
פֿון דער פֿאַרקנױלטער באָרד.
און אינדערהײם די זיבצניאָריקע מױד
װאַרט און װאַרט, װאַרט און װאַרט —
אַ טאָג פֿאַרגײט, אַ נאַכט קומט;
אַ באַגין לאַכט הפקרדיק פֿרײַ
און אַ שקיעה פֿליסטערט שטיל פֿרום:
די ערשטע אַשמורה איז ערנסט פֿאַרטראַכט
און די לעצטע — שפּילט זיך אין קאַץ־מײַז שפּיל —
די יונגע לבנה קוקט אַרײן דורך אַ שפּעלטל
און אַ װאָלקן כאַפּט עס אַרײן אין דער פּליושענע לאַפּקע,
נאָר נאָך איר קומט מען נישט.
קײן ברױט האָט זי שױן לאַנג נישט,
אַ שכן ברענגט אױפן צװײטן טאָג אַרײן
אַ הײס טעפּל ביטערע קאַװע,
מיט אַ שנױפֿלדיקן שפּרוך:
„מסתמא קומט מען באַלד — נישט הפֿקר־פּיעטרושקע קײן װעלט.”
אַ נאַכט פֿאַרגײט, אַ טאָג קומט.
אַן אָװנט איז רױט — שיכּורדיק צעטאַנצט
און אַ זריחה יאָפּט אָבֿלדיק־שנײַדיק —
אַ פֿרעסטל פֿאַרבעלמעט דאָס פֿענצטער
און אַ זון לעקט עס אָפּ מיטן גאָלדן צינגל.
דאָס ביסל צוקער האָט זיך אױך שױן אױסגעלאָזט
זי ליגט מיט שױם אױף די געלע ליפּן,
אױפן פֿערטן טאָג ברענגט אַ ײדענע
אַ טעפּל יושקע מיט אַ שװערן זיפֿץ:
— „נעבעך אַזאַ הונגער זיך געמאַכט —
נאָך דיר װעט מען שױן זיכער קומען הײַנט בײַנאַכט”.
אַ טאָג בײַט זיך מיט דער נאַכט,
אַ נאַכט מיטן טאָג — צװײַ געטרײַע שומרים,
װאָס היטן איר פּוסט װיסט קראַנק לעבן אָפּ.
אירע הענט זוכן אױפן שטול:
אפֿשר װעט זיך נאָך עפּעס אַ ליובינג
אָפּגעפֿונען אין מױל אַרײַנצונעמען
און זײ ציטערן און ציטערן:
אירע בליקן בלאָנדזשען אין חלל
און איר געהער איז װאַך
נאָר צומאָל קײן הײמיש מײַזל איז נישטאָ,
װאָס זאָל איר דערפֿרײען
מיט אַ לעבעדיק־הײמישן גרילץ.
בלױז טריט פֿרעמדע לױפֿן אױף טרעפּ
אַרױף און אַראָפּ, אַראָפּ און אַרױף
און מײַדן אױס איר טיר, און מײַדן אױס איר טיר,
דער פֿינפֿטער טאָג פֿאַרשיכּורט זי.
דעם זעקסטן בין־השמשות — זיפּט זי אַביסל זופּ.
דעם זיבעטן באַגין — חלומט זי.
דעם אַכטן — װײסט זי שױן גאָרנישט.
דעם נײַנטן — איר קאָפּ —
אַ געפּלאַצטע ספּרענזשינע —
פֿאַלט צוריק אױפן קישן
און די הענט — צװײ שװערע שטײנער.
די צענטע נאַכט — זי חלומט װידער —
יאַטנס שװימען, רוקן זיך, לױפֿן —
אָט מען קומט נאָך איר,
אָט מען קלאַפּט אין טיר.—
אױף די לײמיקע ליפּן בלעזלט זיך
און ס’קאָכט דער גרינלעכער שױם
און ס’גליט דער געלער שמײַכל:
— טאַטע! מאַמע! אַזױ לאַנג זיך געזױמט?!”..
דורכן שפּאַלט האָט דער װאָלקן
אױסגעשפּיגן די לבנה:
—אַ יום־טוב הײַנט, האַ? אַזױ לאַכטיק, לאַכטיק —
אַהאַ, מײן חופּה־נאַכט… מײן חופּה־נ־אַ־כ־ט!,..
נאָר אַלץ לעשט זיך פּלוצים חושכדיק אױס
און דער קאָפּ פֿליט, פֿאַלט, זינקט,
קאָלערט זיך אין תהום אַראָפּ:
— טאַטע, מאַמע,
מ־אַ־אַ־מ־ע, מאַ־אַ… — — —