The Little Town

Alter Kacyzne (Alter-Sholem Katsizne)

A little town full of life’s travail
escorts the procession to the grave;
and a world is roused by a mother’s lamentation:
— My Feygele, where are you being taken?

Dear Mama,
beloved Mamenyu, don’t cry, don’t,
you’ll not be left all alone, Mama,
no, you won’t.
I’m flying back to you as a birdie
to sing of love and felicity.

Through the gray of day and night’s dark,
at the gravesite, a mother stayed stark:
— My sweet Feygele, here my home will be;
I’ll not leave you alone in the empty field.

Dear Mama,
beloved Mamenyu, don’t cry, don’t,
you’ll not be left all alone, Mama,
no, you won’t.
I’m flying back to you as a birdie
to sing of love and felicity.

And early on the morrow, when the town awoke,
a wondrous thing was there to behold –
at the gravesite a cherry tree bloomed
and on a branch a little bird sang this tune:

Dear Mama,
beloved mommy, don’t cry, don’t,
you’ll not be left all alone, Mama,
no, you won’t.
I’m flying back to you as a birdie
to sing of love and felicity.

Translated by Miri Koral


דאָס שטעטעלע

אַלטער קאַציזנע

האָט א שטעטעלע, פול מיט טיפער לײד,
די לװיה ביז צום קברל באַגלײט;
און נאָר אַ מאַמעס קול האָט אַ װעלט געװעקט:
— מײן זיס פײגעלע, װו פירט מען דיך אװעק?

— ליבע מאַמע,
ליבע מאמעניו, נישט װײן,
װעסט נישט בלײבן,
מאַמע, אײנינקע אלײן;
װי א פײגעלע איך פלי צו דיר צוריק,
איך װעל דיר זינגען פון דער ליבע און פון גליק. —

פונעם גרױען טאָג ביז שפּעטער נאַכט
האָט אַ מאַמע אױפן קברל געװאכט:
—. מײן זיס פײגעלע, דאָ װעט זײן מײן הײם;
כ’װעל נישט לאָזן דיך אין װיסטן פעלד אלײן.

ליבע מאַמע,
ליבע מאַמעניו, נישט װײן,
װעסט נישט בלײבן,
מאַמע, אײנינקע אלײן;
װי א פײגעלע איך פלי צו דיר צוריק,
איך װעל דיר זינגען פון דער ליבע און פון גליק. —

און אױף מאָרגן פרי, דאָס שטעטעלע דערװאַכט
האָט עס אָנגעקוקט אַ װונדערלעכע זאַך —
אױפן קברל א קאַרשן־בױם פארבליט
און אין א צװײגל זינגט א פײגעלע זײן ליד:

— ליבע מאַמע,
ליבע מאַמעניו, נישט װײן,
װעסט נישט בלײבן,
מאַמע, אײנינקע אלײן;
װי א פײגעלע איך פלי צו דיר צוריק,
איך װעל דיר זינגען פון דער ליבע און פון גליק. —


דאָס שטעטעלע

אַלטער קאַציזנע

האָט א שטעטעלע, פֿול מיט טיפֿער לײַד,
די לװיה ביז צום קבֿרל באַגלײַט;
און נאָר אַ מאַמעס קול האָט אַ װעלט געװעקט:
— מײַן זיס פֿײגעלע, װו פֿירט מען דיך אַװעק?

— ליבע מאַמע,
ליבע מאַמעניו, נישט װײן,
װעסט נישט בלײַבן,
מאַמע, אײנינקע אַלײן;
װי א פֿײגעלע איך פֿלי צו דיר צוריק,
איך װעל דיר זינגען פֿון דער ליבע און פֿון גליק. —

פֿונעם גרױען טאָג ביז שפּעטער נאַכט
האָט אַ מאַמע אױפֿן קבֿרל געװאַכט:
—. מײַן זיס פֿײגעלע, דאָ װעט זײַן מײַן הײם;
כ’װעל נישט לאָזן דיך אין װיסטן פֿעלד אַלײן.

ליבע מאַמע,
ליבע מאַמעניו, נישט װײן,
װעסט נישט בלײַבן,
מאַמע, אײנינקע אַלײן;
װי א פֿײגעלע איך פֿלי צו דיר צוריק,
איך װעל דיר זינגען פֿון דער ליבע און פֿון גליק. —

און אױף מאָרגן פֿרי, דאָס שטעטעלע דערװאַכט
האָט עס אָנגעקוקט אַ װונדערלעכע זאַך —
אױפֿן קבֿרל א קאַרשן־בױם פֿאַרבליט
און אין א צװײַגל זינגט א פֿײגעלע זײַן ליד:

— ליבע מאַמע,
ליבע מאַמעניו, נישט װײן,
װעסט נישט בלײַבן,
מאַמע, אײנינקע אַלײן;
װי א פֿײגעלע איך פֿלי צו דיר צוריק,
איך װעל דיר זינגען פֿון דער ליבע און פֿון גליק. —