Sholem Zhirman
The workshop is old – a worn-out coop;
the master craftsman, from toil, is stooped.
I, Khaimke Carpenter, merrily sing my song
and like a bow across a fiddle, I wield my saw.
Of course, with youth alive in my bones,
my hands are mighty, my fists like stones.
Often the Master muses on my skills with a sigh:
“I once burned with that same drive.
You’re young, Khaimke, free as the wind,
not yet tied down by wife and kin.
Even if you’re iron – steel will soften you…
That’s how life is, this is always true.
Anxiety creeps into skillful hands,
and closer come the gloomy walls.
The master, the workshop, workbench and plane –
all will seem pitiful, ugly and base.”
Youth, my youth, with your blazing days.
What joy to work with saw and plane.
So, who with unease would poison their hands?
Oh, Jewish hardship, and these deadening walls!
Translated by Miri Koral
חײמקע סטאָליער
ש. זשירמאַן
דער װאַרשטאַט איז אַלט — א פארמאָרעטע קליאט.
בײם מײסטער די פּלײצע געבױגן פון פּראצע,
איך, חײמקע סטאָליער, זינג מונטער מײן לידל
און שפּיל מיט דער זעג װי א סמיק איבער פידל.
װאָס דען, אז ס’איז יוגנט פאראן אין די בײנער,
הענט האָב איך אײזערנע, פױסטן װי שטײנער.
באַטראַכט אָפט דער מײסטער די קרעפטיקע הענט
און זיפצט: „אזױ האָט בײ מיר װען געברענט“.
יונג ביסטו, חײמקע, פרײ װי דער װינט.
דערװײל נישט געפּענטעט מיט װײב און מיט קינד.
אז דו ביסט פון אײזן — צעקװאַשעט דיך שטאָל…
אזױ איז דאָס לעבן פון הײנט ביז אמאָל !
פארגנבעט זיך אומרו אין קרעפטיקע הענט,
עס קומען אױף נענטער די טונקעלע װענט.
דער מײסטער, דער װארשטאַט, דער הובל, דער טיש —
אלץ װערט אזױ נעבעכדיק, איבלדיק מיאוס.
יוגנט, מײן יוגנט, מיט צונטערע טעג.
ס’איז פרײלעך צו לעבן מיט הובל און זעג.
טאָ װער־זשע פארסמט עס מיט אומרו די הענט?
אָ, ײדישער דלות, פארדומפּעטע װענט!
חײַמקע סטאָליער
ש. זשירמאַן
דער װאַרשטאַט איז אַלט — אַ פֿאַרמאָרעטע קליאַט.
בײַם מײַסטער די פּלײצע געבױגן פֿון פּראַצע,
איך, חײַמקע סטאָליער, זינג מונטער מײַן לידל
און שפּיל מיט דער זעג װי אַ סמיק איבער פֿידל.
װאָס דען, אַז ס’איז יוגנט פֿאַראַן אין די בײנער,
הענט האָב איך אײַזערנע, פֿױסטן װי שטײנער.
באַטראַכט אָפט דער מײַסטער די קרעפֿטיקע הענט
און זיפֿצט: „אַזױ האָט בײַ מיר װען געברענט“.
יונג ביסטו, חײַמקע, פֿרײַ װי דער װינט.
דערװײַל נישט געפּענטעט מיט װײַב און מיט קינד.
אַז דו ביסט פֿון אײַזן — צעקװאַשעט דיך שטאָל…
אַזױ איז דאָס לעבן פֿון הײַנט ביז אַמאָל!
פֿאַרגנבֿעט זיך אומרו אין קרעפֿטיקע הענט,
עס קומען אױף נענטער די טונקעלע װענט.
דער מײַסטער, דער װאַרשטאַט, דער הובל, דער טיש —
אַלץ װערט אַזױ נעבעכדיק, איבלדיק מיאוס.
יוגנט, מײַן יוגנט, מיט צונטערע טעג.
ס’איז פֿרײלעך צו לעבן מיט הובל און זעג.
טאָ װער־זשע פֿאַרסמט עס מיט אומרו די הענט?
אָ, ייִדישער דלות, פֿאַרדומפּעטע װענט!