Border Guard to Border Guard

Yakov Shudrikh

Border guard, in the tenderness of night,
when fiery stars fall from the sky
and homesickness grips the heart—
take care not to fall asleep.

Border guard, when quiet rivers swell
and gentle currents murmur their secrets,
hold your weapon firmly and give the signal—
make the mist-soft, silent night tremble.

Border guard, the night has a thousand eyes,
though it may seem blind and mute;
the enemy may still try
to cross into our land in disguise.

Border guard, stay vigilant and aware
when you sense a stranger’s breath come near;
when night sends a shadow your way,
let your eyes see as clearly as the stars.

Border guard, the fields and kolkhozes* doze,
dreaming of labor and growth,
hearing tractors sing and cashboxes ring,
seeing the earth blaze in dazzling, vivid hues.

Border guard, you safeguard the fate
of millions entrusted to your hands;
at your signal, all will form ranks at the border,
standing like a wall.

Lvov, 1940

*Russian: collective farms

Translated by Miri Koral


גרענעץ־װעכטער צום גרענעץ־װעכטער

יעקב שודריך

גרענעץ־װעכער, אין דער נאַכט דער צאַרטער,
װען עס פאַלן פונעם הימל הײסע שטערן,
און ס’גײט אױף די הײם־בענקשאַפט אין הארצן, —
זײ געװאָרנט, דו זאָלסט נישט אַנטשלאָפן װערן.

גרענעץ־װעכטער, װען עס רױשן שטילע טײכן
און װײכע שטראָמען סודען זיך און מורמלען,
האַלט דײן װאָפן שטײף אין האַנט און גיב אַ צײכן,
אַז ציטערן זאָל די נאַכט, די פּוכיק־שטומע

גרענעץ־װעכטער, נאַכט האָט אױגן טױזנט,
כאָטש עס דאַכט זיך, אַז זי בלינד און שטום איז,
ס’קאָן דער שונא מיט פארשטעלטן אױסזען
פּרװון דאָ אױף אונדזער ערד נאָך קומען.

גרענעץ־װעכטער, זאָלסט געהיט זײן און געװאָרנט,
װען דו שפּירסט לעם זיך אַ פרעמדן אָטעם,
װי די שטערן זאָלן דײנע אױגן קלאָר זען,
װען עס פירט די נאַכט צו דיר אַ שאָטן.

גרענעץ־װעכטער, ס’דרימלען פעלדער און קאָלכאָזן,
חלומען פון װאַקסונג און פון ארבעט,
הערן טראַקטאָרס זינגען, קלינגען קאָסעס,
זעען, װי עס בלענדט די ערד אין רײכע פאַרבן.

גרענעץ־װעכטער, ביסט דער היטער פון מיליאָנען
זײער גליק — אין דײנע הענט פאַרטרױעט
װעסט נאָר געבן אַ סיגנאַל — אַלע אין קאָלאָנען,
װעלן אױסשטעלן זיך בײם גרענעץ, װי אַ מױער.

לװאו, 1940


גרענעץ־װעכטער צום גרענעץ־װעכטער

יעקב שודריך

גרענעץ־װעכער, אין דער נאַכט דער צאַרטער,
װען עס פֿאַלן פֿונעם הימל הײסע שטערן,
און ס’גײט אױף די הײם־בענקשאַפֿט אין האַרצן, —
זײַ געװאָרנט, דו זאָלסט נישט אַנטשלאָפֿן װערן.

גרענעץ־װעכטער, װען עס רױשן שטילע טײַכן
און װײכע שטראָמען סודען זיך און מורמלען,
האַלט דײַן װאָפֿן שטײף אין האַנט און גיב אַ צײכן,
אַז ציטערן זאָל די נאַכט, די פּוכיק־שטומע.

גרענעץ־װעכטער, נאַכט האָט אױגן טױזנט,
כאָטש עס דאַכט זיך, אַז זי בלינד און שטום איז,
ס’קאָן דער שׂונא מיט פֿאַרשטעלטן אױסזען
פּרוּװן דאָ אױף אונדזער ערד נאָך קומען.

גרענעץ־װעכטער, זאָלסט געהיט זײַן און געװאָרנט,
װען דו שפּירסט לעם זיך אַ פֿרעמדן אָטעם,
װי די שטערן זאָלן דײַנע אױגן קלאָר זען,
װען עס פֿירט די נאַכט צו דיר אַ שאָטן.

גרענעץ־װעכטער, ס’דרימלען פֿעלדער און קאָלכאָזן,
חלומען פֿון װאַקסונג און פֿון אַרבעט,
הערן טראַקטאָרס זינגען, קלינגען קאָסעס,
זעען, װי עס בלענדט די ערד אין רײַכע פֿאַרבן.

גרענעץ־װעכטער, ביסט דער היטער פֿון מיליאָנען
זײער גליק — אין דײַנע הענט פֿאַרטרױעט
װעסט נאָר געבן אַ סיגנאַל — אַלע אין קאָלאָנען,
װעלן אױסשטעלן זיך בײַם גרענעץ, װי אַ מױער.

לװאָו, 1940