Dovid Kenigsberg
New times are coming – strange new times
unlike any we have ever known,
and wonders must before your eyes unfold
that people will point to for a long time.
The evening sky is ablaze throughout,
and earthly fire is molten with sun,
then whoever sees this needs to know:
earth and heaven are not so far apart.
Behold, the one who seized a world by plunder
has softened now, gentle as a dove,
and can’t trump up his future from stolen gains.
And the dead return from beyond the grave.
The good succumb to an ancient sin,
and in the end, eternal justice wins.
Translated by Miri Koral
די סימנים
דוד קעניגסבערג
סע גײען צײטן, נײע צײטן
װאָס זײנען נאָך פאַר אונדז נישט דאָ געװען,
און זאַכן דאַרפן פאַר דײן אױג געשען,
װאָס מ’װעט נאָך לאַנג אױף זײ מיט פינגער טײטן.
דער אָװנטהימל ברענט אין אַלע זײטן,
און ערדיש פײער װערט צונױפגעגאָסן
מיט זון, אַז װיסן זאָל, װער ס’װעט דאָס זען,
אַז ערד און הימל שטײען נישט פון װײטן.
זע, דער װאָס האָט אַ װעלט דערגרײכט דורך רױב
איז גוט געװאָרן, װי אַ גוטע טױב,
און קען נישט מיט זײן זאַקרױב בױ’ן זײן גליק.
און טױטע קומען פון דעם גרוב צוריק.
סע פאַלן גוטע פאַר אַן אַלטער זינד
און ד’אײביקע גערעכטיקײט געװינט.
די סימנים
דוד קעניגסבערג
סע גײען צײַטן, נײַע צײַטן
װאָס זײַנען נאָך פֿאַר אונדז נישט דאָ געװען,
און זאַכן דאַרפֿן פֿאַר דײַן אױג געשען,
װאָס מ’װעט נאָך לאַנג אױף זײ מיט פֿינגער טײַטן.
דער אָװנטהימל ברענט אין אַלע זײַטן,
און ערדיש פֿײַער װערט צונױפֿגעגאָסן
מיט זון, אַז װיסן זאָל, װער ס’װעט דאָס זען,
אַז ערד און הימל שטײען נישט פֿון װײַטן.
זע, דער װאָס האָט אַ װעלט דערגרײכט דורך רױב
איז גוט געװאָרן, װי אַ גוטע טױב,
און קען נישט מיט זײַן זאַקרױב בױ’ן זײַן גליק.
און טױטע קומען פֿון דעם גרוב צוריק.
סע פֿאַלן גוטע פֿאַר אַן אַלטער זינד
און ד’אײביקע גערעכטיקײט געװינט.