(From the Book, “Volin Country Roads”)
Hey, you country roads, my country roads – lengthy, wide Volin roads,
forever speaking to my heart, forever in my thoughts!
Hey, you country roads, my country roads, fringed like tablecloths,
a beauty impossible to paint with any brush.
You are wreathed in smiles by day, doleful when night is here,
tender as the milky ways, expansive as the atmosphere.
Hey, you country roads, my country roads, stretching out in miles, in versts,
from your vastness, your simplicity, for years did I nurse.
Vastness splashes in my heart now, waves of simplicity in my lungs,
who then, who will praise you, country roads, if not I, not now, when?
Hey, I, Kalman, the Volintshik with these robust shoulders,
rushing, rushing with passion, oblivious to reins and bridles.
Hey, you country roads, my country roads – open roads, roads of vastness,
forever will you come to mind, forever will you be imagined!
Translated by Miri Koral
הײ, איר שליאַכן ברײט־װאָלינער…
(פון דעם בוך: „װאָלינער שליאַכן“)
קלמן ליס
הײ איר שליאַכן, מײנע שליאַכן — שליאַכן לאַנגע ברײט־װאָלינער,
אײביק רעדט איר צו מײן האַרצן, אײביק ליגט איר מיר אין זינען!
הײ איר שליאַכן, מײנע שליאַכן, װי די טישטעכער באַפרענזלט,
אײער שײנהײט צו באַשרײבן נישט געפונען אַזאַ פּענזל.
אין די טעג אַזױ צעשמײכלט, אין די נעכט אַזױ פאַראומערט,
צאַרטע, װי די מילכװעגן, רחבותדיק, װי דער אַרומעט.
הײ איר שליאַכן, מײנע שליאַכן װערסטן, מײלנװײז צעצױגן,
אײער רחבות, אײער פּשטות האָב איך יאָרן לאַנג געזױגן.
פּליסקעט רחבות איצט אין האַרצן, כװאַליעט פּשטות אין די לונגען
װערזשע, װערזשע װעט אײך שליאַכן אױב נישט איך אַצינד באַזינגען?!
הײ, איך קלמן, דער װאָלינטשיק מיט די יאָדערדיקע פּלײצעס,
יאָג זיך, יאָג זיך מיט מײן אימפּעט, װײס איך נישט פון צױם און לײצעס.
הײ, איר שליאַכן, מײנע שליאַכן — שליאַכן שטח, שליאַכן רױמען
אײביק װעט איר מיר זיך טראַכטן, אײביק װעט איר מיר זיך טרױמען!..
הײ, איר שליאַכן ברײט־װאָלינער…
(פֿון דעם בוך: „װאָלינער שליאַכן“)
קלמן ליס
הײ איר שליאַכן, מײַנע שליאַכן — שליאַכן לאַנגע ברײט־װאָלינער,
אײביק רעדט איר צו מײַן האַרצן, אײביק ליגט איר מיר אין זינען!
הײ איר שליאַכן, מײַנע שליאַכן, װי די טישטעכער באַפֿרענזלט,
אײַער שײנהײט צו באַשרײַבן נישט געפֿונען אַזאַ פּענזל.
אין די טעג אַזױ צעשמײכלט, אין די נעכט אַזױ פֿאַראומערט,
צאַרטע, װי די מילכװעגן, רחבותדיק, װי דער אַרומעט.
הײ איר שליאַכן, מײַנע שליאַכן װערסטן, מײַלנװײַז צעצױגן,
אײַער רחבות, אײַער פּשטות האָב איך יאָרן לאַנג געזױגן.
פּליסקעט רחבות איצט אין האַרצן, כװאַליעט פּשטות אין די לונגען
װערזשע, װערזשע װעט אײַך שליאַכן אױב נישט איך אַצינד באַזינגען?!
הײ, איך קלמן, דער װאָלינטשיק מיט די יאָדערדיקע פּלײצעס,
יאָג זיך, יאָג זיך מיט מײַן אימפּעט, װײס איך נישט פֿון צױם און לײצעס.
הײ, איר שליאַכן, מײַנע שליאַכן — שליאַכן שטח, שליאַכן רױמען
אײביק װעט איר מיר זיך טראַכטן, אײביק װעט איר מיר זיך טרױמען!..