Simkhe Don
Softly the clock sounds its mournful tick-tock,
in the so still home with its ashen walls …
The sadness is painful, the silence is laden,
the hours drag slowly from one to the next…
Outside, a cart rolls past with the autumn wind
and the windowpanes rattle.
Inside, half-darkness; in the shadowed stillness,
one hears a child’s wail from next door.
Beside a holy book, the father, weary, dozes,
while, shivering, the mother patches a shirt.
In the corner sits their daughter, unhappy and pale,
writing to her brother, who lives far away:
My brother! I long to keep hidden the truth,
and comfort you with lies, for you have your own trials…
Yet silence is hard and I can’t hold back the tears
that I stifle through all the sleepless nights.
Papa is not working; I’m ill and dispirited,
and Mama is weary of bearing the want…
Straining at the harness, we drag the wagon onward,
yet still cannot bring it as far as—bread!
And this is how it is next door, so too in every home:
a cemetery has our shtetl become.
The shops are empty, the factory sits idle,
and the restive young have flown to the cities.
Softly the clock sounds its mournful tick-tock,
in the so still home with its ashen walls …
The sadness is painful, the silence is laden
the hours drag slowly from one to the next…
Translated by Miri Koral
א בריװ פון שטעטל
שמחה דאָן
שטיל קלאַפּט דער זײגער זײן טריבן טיק־טאַק,
אַזױ שטיל איז אין שטוב, די װענט אַזױ גראָ…
ס’איז אומעטיק־פּײנלעך און שװער איז דאָס שװײגן,
עס שאַרט זיך פּאַמעלעך אַ שעה נאָך אַ שעה…
עס ציטערן שױבן — דאָס שלעפּט זיך אַ פורל,
אין האַרבסטיקן דרױסן באַגלײט פון אַ װינט.
אין שטוב איז האַלב־טונקל, אין טונקעלער שטילקײט,
מ’הערט װי בײם שכן ס’צעװײנט זיך אַ קינד.
בײ אַ ספר זיצט דער טאַטע מיד און ער דרימלט,
אַ פאַרציטערטע די מאַמע פאַרלאַטעט אַ העמד.
אין װינקל זיצט טרױעריק די טאָכטער, אַ בלאַסע
און שרײבט צו אַ ברודער, װאָס לעבט אין דער פרעמד:
„מײן ברודער! ס’װילט זיך מיר כסדר דעם אמת באַהאַלטן,
און טרײסטן מיט ליגנס, װײל דיר איז אױך שלעכט…
נאָר שװער איז צו שװײגן, איך קאָן נישט פארהאַלטן
ס’געװײן, װאָס כ’דערשטיק אין די שלאָפלאָזע נעכט.
דער טאַטע פאַרדינט נישט, כ’בין קראַנק און דערשלאָגן,
די מאַמע איז מיד שױן פון טראָגן די נױט…
מיר גײען געשפּאַנטע און שלעפּן דעם װאָגן
און קאָנען אים אַלץ נישט דערטראָגן צום — ברױט!…
און אַזױ איז בײם שכן, אַזױ יעדע שטוב,
אין אַ בית־עולם איז ס’שטעטל פאַרװאַנדלט געװאָרן.
ס’זײנען לײדיק די קראָמען, עס שטײט די פאַבריק,
אין אומרו איז ס’יונגװאַרג אין שטעט זיך צעפאָרן“.י
…שטיל קלאַפּט דער זײגער זײן טריבן טיק־טאַק,
אַזױ שטיל איז אין שטוב, די װענט אַזױ גראָ…
ס’איז אומעטיק־פּײנלער און שװער איז דאָס שװײגן,
עס שאַרט זיך פּאַמעלעך אַ שעה נאָך אַ שעה — — —
אַ בריװ פֿון שטעטל
שׂמחה דאָן
שטיל קלאַפּט דער זײגער זײַן טריבן טיק־טאַק,
אַזױ שטיל איז אין שטוב, די װענט אַזױ גראָ…
ס’איז אומעטיק־פּײַנלעך און שװער איז דאָס שװײַגן,
עס שאַרט זיך פּאַמעלעך אַ שעה נאָך אַ שעה…
עס ציטערן שױבן — דאָס שלעפּט זיך אַ פֿורל,
אין האַרבסטיקן דרױסן באַגלײט פֿון אַ װינט.
אין שטוב איז האַלב־טונקל, אין טונקעלער שטילקײט,
מ’הערט װי בײַם שכן ס’צעװײנט זיך אַ קינד.
בײַ אַ ספֿר זיצט דער טאַטע מיד און ער דרימלט,
אַ פֿאַרציטערטע די מאַמע פֿאַרלאַטעט אַ העמד.
אין װינקל זיצט טרױעריק די טאָכטער, אַ בלאַסע
און שרײַבט צו אַ ברודער, װאָס לעבט אין דער פֿרעמד:
„מײַן ברודער! ס’װילט זיך מיר כּסדר דעם אמת באַהאַלטן,
און טרײסטן מיט ליגנס, װײַל דיר איז אױך שלעכט…
נאָר שװער איז צו שװײַגן, איך קאָן נישט פֿאַרהאַלטן
ס’געװײן, װאָס כ’דערשטיק אין די שלאָפֿלאָזע נעכט.
דער טאַטע פֿאַרדינט נישט, כ’בין קראַנק און דערשלאָגן,
די מאַמע איז מיד שױן פֿון טראָגן די נױט…
מיר גײען געשפּאַנטע און שלעפּן דעם װאָגן
און קאָנען אים אַלץ נישט דערטראָגן צום — ברױט!…
און אַזױ איז בײַם שכן, אַזױ יעדע שטוב,
אין אַ בית־עולם איז ס’שטעטל פֿאַרװאַנדלט געװאָרן.
ס’זײַנען לײדיק די קראָמען, עס שטײט די פֿאַבריק,
אין אומרו איז ס’יונגװאַרג אין שטעט זיך צעפֿאָרן“.
…שטיל קלאַפּט דער זײגער זײַן טריבן טיק־טאַק,
אַזױ שטיל איז אין שטוב, די װענט אַזױ גראָ…
ס’איז אומעטיק־פּײַנלער און שװער איז דאָס שװײַגן,
עס שאַרט זיך פּאַמעלעך אַ שעה נאָך אַ שעה — — —