A morning

Yakov Shudrikh

Morning hangs on the windows, blue
and fragrant with lilac and jasmine.
My lips tremble and pay quiet tribute to
everything that is young and green.

My heart is still shadowed by grief
for the light that is flickering out.
And life, though arduous and brief,
is also beautiful and grand.

Sorrow is dying before my eyes,
and I know how hard it is for it to die.
But it shall not make me bow my head
when fortune flowers here on Ukrainian soil.

I’ve certainly not forgotten from whence I’ve come,
and to where the party leads me, I know too.
Hence am I as calm as are the blooms,
and rejoice in the sunlight, as they do.

Everything here must be built anew;
let our singing resound from the work we do.
And so splendid will be our raw earth’s fruit,
that the next in line will offer us gratitude.

I pondered all this when the new dawn
swam in gentle, still, and soft.
I imagined I was seeing two suns –
one on earth and one above.

Lviv, 1940

Translated by Miri Koral


א פרימאָרגן

יעקב שודריך

דער פרימאָרגן הענגט אַ בלױער אױף די שױבן
ער שמעקט מיט בעז און מיט יאַשמין.
און מײנע ליפּן ציטערן און שטיל זײ לױבן
אַלץ, װאָס יונג איז און װאָס גרין.

עס שאָטנט ערגעץ נאָך בײ מיר אין האַרצן
דער טרױער, װאָס — אַ ליכט צאַנקט אױס.
און כאָטש דאָס לעבן אזױ שװער און האַרט איז,
דאָך איז עס שײן פאַר מיר און גרױס.

דער אומעט שטאַרבט פאַר מײנע אױגן,
און כ’װײס, װי ס’איז דער טױט אים שװער.
דאָך מײן קאָפּ פאַר אים איך װעל נישט בױגן,
װען ס’בליט דאָס גליק דאָ אױף אוקרײיִנעס ערד.

װײל פאַרגעסן האָב איך נישט, פונװאנען כ’בין געקומען,
און כ’װײס װוּהין עס פירט מיך די פּאַרטײ.
דערפאַר בין איך איצט רויִק, װי די בלומען,
און פרײ זיך מיט דער זוניקײט, װי זײ.

מיר דאַרפן איצט דאָ אַלץ פאַנאַנדערבױען,
פון אונדזער אַרבעט שטראָמען זאָל געזאַנג.
און שײן װעט זײן די פרוכט פון אונדזער רױערד,
אַז ס’זאָל דער נײער דוד אונדז אַפּגעבן אַ דאַנק.

פאַרטראַכט כ’האָב זיך אַזױ, װען דער באַגינען
איז אָנגעשװומען מילד און שטיל און װײך.
מיר האָט זיך אױסגעדאַכט, איך זע צװײ זונען, —
אײנע אױף דער ערד און אײנע אינדערהײך.

לװאָװ, 1940


אַ פֿרימאָרגן

יעקבֿ שודריך

דער פֿרימאָרגן הענגט אַ בלױער אױף די שױבן
ער שמעקט מיט בעז און מיט יאַשמין.
און מײַנע ליפּן ציטערן און שטיל זײ לױבן
אַלץ, װאָס יונג איז און װאָס גרין.

עס שאָטנט ערגעץ נאָך בײַ מיר אין האַרצן
דער טרױער, װאָס — אַ ליכט צאַנקט אױס.
און כאָטש דאָס לעבן אַזױ שװער און האַרט איז,
דאָך איז עס שײן פֿאַר מיר און גרױס.

דער אומעט שטאַרבט פֿאַר מײַנע אױגן,
און כ’װײס, װי ס’איז דער טױט אים שװער.
דאָך מײַן קאָפּ פֿאַר אים איך װעל נישט בױגן,
װען ס’בליט דאָס גליק דאָ אױף אוקרײיִנעס ערד.

װײַל פֿאַרגעסן האָב איך נישט, פֿונװאַנען כ’בין געקומען,
און כ’װײס װוּהין עס פֿירט מיך די פּאַרטײ.
דערפֿאַר בין איך איצט רויִק, װי די בלומען,
און פֿרײ זיך מיט דער זוניקײט, װי זײ.

מיר דאַרפֿן איצט דאָ אַלץ פֿאַנאַנדערבױען,
פֿון אונדזער אַרבעט שטראָמען זאָל געזאַנג.
און שײן װעט זײַן די פֿרוכט פֿון אונדזער רױערד,
אַז ס’זאָל דער נײַער דוד אונדז אַפּגעבן אַ דאַנק.

פֿאַרטראַכט כ’האָב זיך אַזױ, װען דער באַגינען
איז אָנגעשװוּמען מילד און שטיל און װײך.
מיר האָט זיך אױסגעדאַכט, איך זע צװײ זונען, —
אײנע אױף דער ערד און אײנע אינדערהײך.

לװאָװ, 1940