My Way through Life

Y L Kohn

My way through life, was through
years of injustice and bitter suffering and anger
In my young life I struggled through
years of epidemics and hunger

Today my way is through unemployment
days of disappointment, rough bad times
But I don’t give up, I’m unbroken
and hold myself together – I will remain

And I know that life can sometimes take you
with its nails at your throat and choke you
I hope to break through each and every time
and I hope that I can help you


מײן װעג דורכן לעבן


י. ל. קאָהן

מײן װעג דורכן לעבן, ז’װא קװער־שניט דורך לײדן,
דורך יאָרן פון אומרעכט און ביטערן צאָרן;
איך בין אדורכגעגאַנגען מיט מײן יונגן לעבן,
דורך מגפות און דורך הונגער־יאָרן.

הײנט ציט מײן װעג זיך דורך יאָרן אָן אַרבעט,
דורך טעג, װאָס דערשלאָגן, צעברעכן, צערײבן.
נאָר כ’גיב זיך נישט אונטער, איך ברעך זיך נישט אײן
און גאנץ װי איך בין — כ’װעל פארבלײבן.

און כ’װײס, אז נישט אײנמאָל װעט ס’לעבן א כאַפּ טאָן
פארן האַלדז מיך מיט נעגל און װערגן — נאָר נײן!
איך האָף אז כ’װעל יעדן נסיון צעברעכן,
איך האָף אז אלצדינג װעל איך בײשטײן.