Hot Nights

Ber Horovits

Hot nights
have drunk
our stammering
Naked we
rolled around on roses
Millions of songs
died then

Today breathing quietly
our breasts
equal breaths
Like girlish breasts
pregnant with milk
wake up in our fingers
a mighty need to caress
golden fruit
of blonde children’s heads


הײסע נעכט

בער האָראָװיץ

הײסע נעכט
האָבן אױסגעטרונקען
אונדזער שטאַמלען.
מיר האָבן זיך נאַקעט
געװאַלגערט אױף רױזן.
מיליאסן לידער
זײנען דעמלט געשטאָרבן

הײנט אָטעמען רױק
אונדזערע בוזעמס
גלײך צײטיקע לאַנעס
אין צעפירװינטן…
װי מײדלשע בריסטן
שװאַנגערן מיט מילך:
אַזױ װעקט זיך
אין די פינגער אונדז
מעכטיק אַ גלוסטן
צו גלעטן
גילדענע פּירות
פון בלאָנדע קינדער־קעפּלעך.