Kalman Lis
There is nowhere to channel the energies that seep like sap through the trunks of mighty trees.
So the young wander through the towns, squandering their strength for nothing, for nothing,
flaunting their power by lifting weights, by brawling, whether permitted or outlawed.
They sink into the mire of whores and lust, like ogres freed from every restraint…
Though their shoulders are broad and their arms strong, there is nothing for them to hold on to.
In their sturdy hearts, no place remains for even a tiny spark of faith.
Their fathers have spat upon those hearts, and no one is left to lift them up.
Bitterly, they pour out their hearts in a rain, a hail of blows upon slow-witted brutes.
The women complain of their young husbands: “They are never content with us.”
You would think such stout, robust, full-breasted wives would be prized!
Yet our husbands stay silent with us, while secretly seeking out a whore in the countryside.
The mothers-in-law are shamefaced with their daughters-in-law, while coarse, bearded Jews shake their heads, amazed.
Eh, fellows, when their hearts find no relief, when the future is shrouded and there is nothing to dream of,
off they go into the woods, where their axes ring—the gang bitterly felling the trees…
They spit into their palms, eh… ma! Endlessly they shatter oaks as Moses shattered the tablets.
Eh, fathers and grandfathers, to hell with your pedigree—you have raised us as heretics, nothing but heretics…
The forest understands the vastness of their sorrow, which cannot be contained, which cannot be bounded.
It does not mind: let them chop the trees, if that will bring them even a little ease.
At last, the youths collapse, spent, upon the ground, as a child falls onto its mother’s lap.
The forest caresses them and licks their wounds, as cows lick their calves with warm tongues.
Translated by Miri Koral
נישטאָ װו אהינטאַן די כוחות
קלמן ליס
נישטאָ װו אַהינטאָן די כּוחות, װאָס טריפן, װי סאָק אין די שטאמען פון קרעפטיקע בױמער,
דרײען זיך יונגען אַרום אין די שטעטלעך און לאָזן אױס כּוח אױף גאָרנישט, אױף גאָרנישט,
באַװײזט מען גבורות אין הױבן משׂאות. אין שלאָגן, נישט שײך מען מעג צי מען טאָר נישט,
זינקט מען אין בלאָטעס פון זנות און פון תּאװה, װי אָגערס באַפרײטע פון יעטװעדע צױמען…
כאָטש ברײט זײנען פּלײצעס און שטײף זײנען אָרעמס, נישטאָ זײ בײ װאָס צו פאַרטשעפּען,
אין הערצער געזונטע נישטאָ צו געפינען אַן אָרט, װו ס’זאָל טליען אַ פינקעלע גלױבן,
פאַרשפּיגן, פאַרכראַקעט דאָס האַרץ האָבן טאַטעס, נישטאָ װער עס זאָל עס אַביסל דערהױבן,
גיסט מען פאַרביטערט דאָס האַרץ אױס אין אַ רעגן, אַ האָגל פון קלעפּ אױף פאַרתּמטע מאַזעפּעס.
קלאָגן זיך װײבלעך אױף מענער די יונגע: „נאָר אײביק זײ זײנען מיט אונדז נישט צופרידן“.
װאָס, דאַכט זיך, אַזעלכע באַלײבטע, געזונטע, באַברוסטעטע װײבער אין װעלטן צו זוכן!
און זײ, אונדזערע מענער, מיט אונדז נאָר זײ שװײגן, און שטילערהײט זוכט מען אין דאָרף װו אַ שלוכע,
קוקן די שװיגערס פאַרשעמט אָן די שנורן, און ס’שאָקלען פאַרחידושט צו מיט בערד פּראָסטע ײדן…
עך, יונגען — אַז ס’װערט אױף דעם האַרצן נישט גרינגער, די צוקונפט פאַרנעפּלט — נישטאָ װאָס צו טרױמען,
לאָזט מען אַװעק זיך אין װעלדער, און ס’קלינגען די העק — חברה װאַליעט פאַרביטערט די בױמער…
אַ שפּײ אין די דלאָניעס, עך… מא! אָן אַן אױפהער ברעכט מען די דעמבעס, װי משה די לוחות.
עך, טאַטעס און זײדעס, אַ רוח נ’אײער יחוס — איר האָט אױסנעכאָװעט אונדז כּופרס, בלױז כּופרס…
פאַרשטײט ער, דער װאַלד, זײער אומעט דעם ברײטן, װאָס לאָזט זיך נישט צױמען, װאָס לאָזט זיך נישט ראַמען,
אַרט אים נישט, לאָזן זײ האַקן די בײמער, אױב ס’װערט זײ פון דעם כאָטש אַ ביסעלע גרינגער.
ביז ס’פאַלן די יונגען צו דער ערד צו פאַרמאַטערט, װי ס’פאַלט צו אַ קינד צו אַ שױס פון אַ מאַמען.
צערטלט דער װאַלד זײ און לעקט זײ די װונדן, װי בהמות װי קעלבער מיט װאַרעמע צינגער.
נישטאָ װוּ אַהינטאַן די כּוחות
קלמן ליס
נישטאָ װוּ אַהינטאָן די כּוחות, װאָס טריפֿן, װי סאָק אין די שטאַמען פֿון קרעפֿטיקע בױמער,
דרײען זיך יונגען אַרום אין די שטעטלעך און לאָדן אױס כּוח אױף גאָרנישט, אױף גאָרנישט,
באַװײַזט מען גבֿורות אין הױבן משׂאות. אין שלאָגן, נישט שײַך מען מעג צי מען טאָר נישט,
זינקט מען אין בלאָטעס פֿון זנות און פֿון תּאװה, װי אָגערס באַפֿרײַטע פֿון יעטװעדע צױמען…
כאָטש ברײט זײַנען פּלײצעס און שטײף זײַנען אָרעמס, נישטאַ זײ בײַ װאָס צו פֿאַרטשעפּען,
אין הערצער געזונטע נישטאָ צו געפֿינען אַן אָרט, װוּ ס’זאָל טליִען אַ פֿינקעלע גלױבן,
פֿאַרשפּיגן, פֿאַרכראַקעט דאָס האַרץ האָבן טאַטעס, נישטאָ װער עס זאָל עס אַביסל דערהױבן,
גיסט מען פאַרביטערט דאָס האַרץ אױס אין אַ רעגן, אַ האָגל פֿון קלעפּ אױף פאַרתּמטע מאַזעפּעס.
קלאָגן זיך װײַבלעך אױף מענער די יונגע: „נאָר אײביק זײ זײַנען מיט אונדז נישט צופֿרידן“.
װאָס, דאַכט זיך, אַזעלכע באַלײַבטע, געזונטע, באַברוסטעטע װײַבער אין װעלטן צו זוכן!
און זײ, אונדזערע מענער, מיט אונדז נאָר זײ שװײַגן, און שטילערהײט זוכט מען אין דאָרף װוּ אַ שלוכע,
קוקן די שװיגערס פֿאַרשעמט אָן די שנורן, און ס’שאָקלען פֿאַרחידושט צו מיט בערד פּראָסטע ייִדן…
עך, יונגען — אַז ס’װערט אױף דעם האַרצן נישט גרינגער, די צוקונפֿט פֿאַרנעפּלט — נישטאָ װאָס צו טרױמען,
לאָזט מען אַװעק זיך אין װעלדער, און ס’קלינגען די העק — חבֿרה װאַליעט פֿאַרביטערט די בױמער…
אַ שפּײַ אין די דלאָניעס, עך… מאַ! אָן אַן אױפֿהער ברעכט מען די דעמבעס, װי משה די לוחות.
עך, טאַטעס און זײדעס, אַ רוח נ’אײַער יחוס — איר האָט אױסגעכאָװעט אונדז כּופֿרס, בלױז כּופֿרס…
פֿאַרשטײט ער, דער װאַלד, זײער אומעט דעם ברײטן, װאָס לאָזט זיך נישט צױמען, װאָס לאָזט זיך נישט ראַמען,
אַרט אים נישט, לאָזן זײ האַקן די בײמער, אױב ס’װערט זײ פֿון דעם כאָטש אַביסעלע גרינגער.
ביז ס’פאַלן די יונגען צו דער ערד צו פֿאַרמאַטערט, װי ס’פֿאַלט צו אַ קינד צו אַ שױס פֿון אַ מאַמען.
צערטלט דער װאַלד זײ און לעקט זײ די װוּנדן, װי בהמות װי קעלבער מיט װאַרעמע צינגער.