I Listened Closely to my Soul

Dovid Kenigsberg

I listened closely to my soul,
and heard, from afar, the song
of men striding with purpose,
their steps ringing on the hard earth.

I dreamed: a sword at my side,
and I kept vigil. Nearer rolled the sound
through the late night. Then came to mind:
Rise! Do your duty—pondering be done!

I sprang up with fierce strength
onto both legs, a soldier on watch
in foreign lands before the war-tent.
Awakened from the dream,
I went to the window. The night was white.
Not a tree stirred.
The star of dreams shone over the world.

Translated by Miri Koral


כ’האָב מיך מיט מײן נשמה אײנגעהערט

דוד קעניגסבערג

כ’האָב מיך מיט מײן נשמה אײנגעהערט,
און האָב געהערט פון װײטן אַ געזאַנג
פון מענער־גײענדיק אין שאַרפן גאַנג
סע קלינגט בײ זײער שריט די האַרטע ערד.

איך האָב געחלומט: צו מײן זײט דאָס שװערד,
און כ’האָב געװאַרט. און נענטער קומט דער קלאַנג
אין שפּעטער נאַכט. דאַן קומט מיר דער געדאַנק:
שטײ אױף! טו װאָס דײן חוב, גענוג געקלערט!

איך האָב מיך אױפגעכאַפּט מיט װילדער מאַכט
אױף בײדע פיס, אַ זעלנער אױף דער װאַכט,
אין פרעמדע לענדער פאַר דעם קריגס־געצעלט —
איך בין צום פענצטער צו דערװעקט פון טרױם:
אַ װײסע נאַכט. גערירט האָט זיך קײן בױם.
דער שטערן פון חלומות האָט באַשײנט די װעלט.


כ’האָב מיך מיט מײַן נשמה אײַנגעהערט

דוד קעניגסבערג

כ’האָב מיך מיט מײַן נשמה אײַנגעהערט,
און האָב געהערט פֿון װײַטן אַ געזאַנג
פֿון מענער־גײענדיק אין שאַרפֿן גאַנג
סע קלינגט בײַ זײער שריט די האַרטע ערד.

איך האָב געחלומט: צו מײַן זײַט דאָס שװערד,
און כ’האָב געװאַרט. און נענטער קומט דער קלאַנג
אין שפּעטער נאַכט. דאַן קומט מיר דער געדאַנק:
שטײ אױף! טו װאָס דײַן חוב, גענוג געקלערט!

איך האָב מיך אױפֿגעכאַפּט מיט װילדער מאַכט
אױף בײדע פֿיס, אַ זעלנער אױף דער װאַכט,
אין פֿרעמדע לענדער פֿאַר דעם קריגס־געצעלט —
איך בין צום פֿענצטער צו דערװעקט פֿון טרױם:
אַ װײַסע נאַכט. גערירט האָט זיך קײן בױם.
דער שטערן פֿון חלומות האָט באַשײַנט די װעלט.